Donate Now

arrow_back

Campaign Homepage

Dryver Page

Yoily Grosz

Yoely arrow_forward_ios Yoily Grosz

Raised:

$11,804

Goal:

$10,000

Donors:

218

0%

Donate Now

Original Goal: $360,000

Bonus Goal: $500,000

Total Raised: $433,742

120%


Congregation Kahal Mkilnitz 

259 Melba Street

Staten Island NY 10314

Support Contact: 914.447.6747

Support Email: [email protected]




No goods or services were provided in exchange for this contribution. All donations are tax deductible.

Tax ID: 82-3639247



His name is Yoely Schwartz:


His life turned upside down, drastically! 


Here is a glimpse of Yoely’s story: 


In September of 2011, Yoely, then 29 years old (young…), had a mild stroke, which left him weak on the left side of his body; he worked hard and did alot of PT to gain his strength back. 


After 11 months of extensive therapy, Yoely had another stroke, which was unfortunately a major one . This stroke kept him in the hospital for over 3 weeks, and left him paralized on his left side for over 2 years. Yoely found himself in therapy again to gain his strength back, with the help of Hashem & with the extensive therapy & treatment, Yoely started to regain his strength. 


At that time, Yoely was reaching out to people to help find him a job that doesn't require a lot of physical work, and he was able to do some work, but nothing steady.


In the beginning of 2017, Yoely was BH much better, and started looking for a job that he would be able to keep permanently, and thanks to Hashem in April he found a trucking job, that would be a full time and permanent job. 


But…

On April 19, on the first day yoely was on the job, he had a massive accident, which left him with a cracked skull, a cracked neck and a crushed left leg, with extensive Nerve Damage! Yoely was in the hospital for several weeks and then transferred to a rehab facility for a few months.


Until this day Yoely is very weak, has no body balance and has nerve damage in his left leg, which left him wheelchair bound. Yoely is constantly suffering from massive headaches & the list goes on & on... 


Yoely, is a father of 6 children ke"h, he was always a hardworking man (sometimes to the tune of 2 or 3 jobs) for 11 years, and as a result of all his sufferings, he is extremely limited to provide for his family. Yoely is trying to do all he can and then some, but unfortunately there is not that much he can do in his current state. 


Right now Yoely is about to be evicted from his apartment! This can’t be happening to him! We stand with Yoely! Klal Yisroel will take DRASTIC STEPS to help yoely in his journey


Congregation Kahal Mkilnitz 

259 Melba Street

Staten Island NY 10314

Support Contact: 914.447.6747

Support Email: [email protected]







No goods or services were provided in exchange for this contribution. All donations are tax deductible.

Tax ID: 82-3639247


אפדעיט מאנטאג כי תבא תש"פ

לכבוד מיינע טייערע ליכטיגע ידידים כל אחד ואחד בשמו הטוב יבורך


צום אלעם ערשט קום איך אייך א געוואלדיגע הכרת הטוב, פארן מאכן אן איבערקערניש אין מיין לעבן, מיר געבענדיג א שאנס אנצוגיין ווייטער אין לעבן, מיט'ן אהערשטעלן דעם אומגלויבליכן סכום פון קרוב צו $400,000, אט דאס דעלט האט אריינגעבלאזן א פרישע חיות א פרישע גייסט אין מיר און אין מיין משפחה, עס רינט מיר טרערן פון די אויגן נישט קענענדיג פארשטיין וויאזוי איך האב זוכה געווען צו אזאלעכע חסדים גלויים, מיטן מיר שענקן ענק גוטע ידידים,

ועל של עכשיו באתי

איש בשורה אנכי היום!

איך קום אייך אפדעיטן צוויי בשורות

אויף די ערשטע מאכט מען א ברכה ברוך הטוב והמטיב

איך האב ברוך השם זוכה געווען צו סיינען קאנטראעקט אויף א הויז אין מאנסי, צוגעפאסט צו מיינע ספעציעלע געברויכן, וואו איך וועל בס"ד קענען ווייטער אנגיין מיט מיין אידישע שטוב!

אבער אויף די צווייטע בשורה זאגט כל מה דעביד רחמנא לטב עביד

את אשר יגורנו בא! מען האט מיך ליידער ארויסגעשטעלט פון מיין דירה! און איך וואנדער ארום מיט די משפחה נע ונד ביז איך וועל מיך בעז"ה קענען מסדר זיין און קלאוזען אויף דעם נייעם דירה, איך האב עס מיט ענקער הילף געשטיפט ביז אהער, און איך גלייב אז עטץ וועט מיר עס העלפן אדורך טראגן ווייטער, כדאי צו קענען קלאוזען אויף דעם דירה מוז איך אויפקומען מיט נאך $100,000


אשר ע"כ אחי ורעי היקרים בעט איך ענק: חזקנו ואמצנו אך הפעם הזאת!

העלפטס מיר אנקומען אל המנוחה ואל הנחלה!


דער אבי כל חי זאל אייך בזכות זה באגליקן מיט כל טוב וטוב בלי צער ומכשול עביגוא"צ בב"א


ידידכם עוז

יואלי שווארץ



אַן איבערקערעניש:


טאַטי, דו ביסט נעבעך אין אַ ווילטשעיר, אָבער לאָמיך נישט אין גאַס!!


• יאַנקעלע׳ס שוידערליך געוויין רייסט דורך דאָס האַרץ, מח און נשמה פון כלל ישראל •


חודש סיון תשס"ב

אַ ליכטיגקייט שטראַלט אויף

אַ ליכטיגקייט שטראַלט אויף אין שטוב. נתמלא הבית כולו אורה. נאָך אַ הערליך צווייגעלע האָט אַרויסגעשפּראָצט אין דער שוואַרץ פאַמיליע שיחי׳.

אַ ניי-געבוירן יונגעלע איז אַריינגעברענגט געוואָרן בבריתו של אברהם אבינו, ויקרא שמו בישראל ״יעקב״, באַגלייט צו די גליקליכע שמחה פון די גאַנצע משפּחה.

די מאַמע איז איבערגענומען, דער טאַטע ר׳ יואל ני״ו איז פרייליך, דער גאַנצער אַרום שמייכלט, דאָס קינד איז ליכטיג, און יעדער קוקט אַרויס אַז די שמחה זאָל ברענגען אַ ווייטערדיגער קוואַל פון פרייד פאַר די גאַנצע משפּחה.


 חודש חשון תשס״ג - אַן איבערקערעניש!

בלויז עטליכע חדשים זענען זיך פאַרלאָפן, און אַ שרעקליכע איום׳דיגע ״איבערקערעניש״ האָט אויפגעציטערט די ביז-דאַן רואיגע שוואַרץ משפּחה.

וואָס האָט פּאַסירט?

דאָס פּיצל קינד, די קליינע זיסע בעיבי, געזונט און שטאַרק און פריש, האָט זיך נעבעך געשטיקט, ״געטשאָוקט״, פאַרלוירן דאָס אָטעמל פאַר אַ וויילע. ״הצלה״ איז געקומען צו לויפן, געפלויגן מיט די בעיבי אין שפּיטאָל, און ב״ה געראַטעוועט אין די לעצטע רגע.

אָבער, געראַטעוועט האָט מען נאָר דעם ״גוף״.

 - דער ״מח״ פון דאָס קליין קינד, דאָס פּיצעלע מח׳ל פון דאָס קוים-געבוירן קינד, איז נעבעך געשעדיגט געוואָרן, רחמנא ליצלן!

 און פון דאַן איז דאָס אומשולדיג שעפעלע אָפּגעליגן אויף אַ ״רעספּערעיטאר״, ווייל נאָר אַזוי האָט ער געקענט אָטעמען!

וואָכן און חדשים זענען באַזאָרגטע און צעטרייסלטע טאַטע-מאַמע אָפּגעזיצן ביי יאַנקעלע׳ס בעט. געוויינט און געבעטן. זיך אָפּגעפּלאָגט דאָס געוויסן מיט שרעקעדיגע געפילן, און פּרובירט זיך טרייסטן און שטאַרקן אַז ס׳וועט נאָך אַמאָל גוט זיין.

דאָס גאַנצע לעבן האָט זיך זיי יעצט נעבעך געטוישט. פון אַ לעבן וואָס שיינט מיט זאָרגלאָזע גליק, יעצט אַזאַ צרה, רחמנא ליצלן, וואָס וועט זיי באַגלייטן פאַר די רעשט פון זייער לעבן. ווער קען דעם צער פון טאַטע-מאַמע פאַרשטיין?!

אין פארלויף פון די יארן האבן די דאקטוירים דיאָגנאָזירט יאַנקעלען, אז דער טראַגישער אינצידענט האט אים געשאדט אויף אַ אומהיילבאַרן אופן, צולאָזנדיג בלויז זייער ווינציג ״אַקסעדזשין״ צום מח, וואָס דאָס ברענגט אים געוויסע לעבנסלענגליכע באַגרעניצונגען, ר״ל.

ווי קען אַ האַרץ דורכטראָגן אַזאַ ״איבערקערעניש״?


 חודש כסלו תשס"ח - יואלי גיט נישט אויף!

אָבער, נישט אונזער טייערער יואלי שוואַרץ וועט אויפגעבן האָפענונג; נישט אונזער ענערגישער נשמה׳דיגער יונגערמאַן וואָס וועט זיין לעצטן אָטעם שענקען פאר׳ן וואוילזיין פון זיינע קינדער, וועט ח״ו ״אויפגעבן״ אויפ׳ן עתיד פון זיין טייער קינד.

דער האַרציגער טאַטע האט פאַר אים געזוכט דאָס בעסטע און אים בעז״ה אַריינגעשטעלט אין אַ ספּעציעלן מוסד וואָס זאָל אים אַקאָמאָדירן מיט זיינע שוועריגקייטן אינאיינעם, און מ׳האָט זיך דאָרט מיט אים אָפּגעגעבן איינס-אויף-איינס. די האָרעוואַניע האָט זיך ב״ה אויסגעצאָלט און יאַנקעלע האָט זיך גענומען מאַכן אויסערגעווענליכע פּראָגרעס, אַסאַך אַסאַך מער ווי די דאָקטוירים און טעראַפּיסטן האָבן פאָראויסגעזאָגט.

אָבער, די ״קאָסטן״ האָבן זיך גענומען דערשטיקן יואלי׳ן פינאַנציעל. די שטאָטישע פּראָגראַמען האָבן בלויב איינגעשטימט צו צאָלן אַ נישטיגקייט קעגן דעם עכטן קאָסט. יואלי ארבעט שווער פאר פּרנסה, אָבער אַזעלכע אַסטראָנאָמישע קאָסטן קען ער נישט אַליין דערהייבן נעבעך, ווען אינצווישן איז דאָ נאָך קינדערלעך אין שטוב פאַר וועלכע מ׳דאַרף זיך זאָרגן.

יואלי גיט נישט אויף, ער קעמפט ווי אַ לייב. באָרגט און דרייט מיט חובות. ער הייבט אָן אַריינפאַלן אין אַ פינאַנציעלער ״איבערקערעניש״ וואָס טרעט אים ממש צו צום מח, אָבער פאַר זיין נשמה׳לעס וואוילזיין וועט ער נישט פאַרציכטן.

אָבער זעט אויס אַז אויך דער שטאַרקער יואלי איז געווען צו שוואַך, פיזיש און גייסטיש, פאַר אַזאַ ״איבערקערעניש״.


 חודש חשון תשע"א

אַ שרעקליכער סטראָוק אַטאַקירט יואלי׳ן!

אַ שרעק, אַ פּחד, אַ פאָרכטיגער געוויין.

יואלי, דער געטרייער העלדישער טאַטע וואָס זאָרגט טאָג און נאַכט מיט גייסטיגע און פיזישע פּלאָג שוין גאַנצע 9 יאָר פאַר זיין יאַנקעלען, איז נעבעך אַוועקגעפאַלן אין אַ שוידערליכער מאַסיווער ״סטראָוק״ ה׳ ישמרנו!!!

וואָס שרעק און ווייטאָג די משפּחה איז נעבעך פאַריבער, וואָס די געטרייע אשת חיל איז אריבער, קען מען נישט אויסמאָלן.

חדשים, חדשים לאַנג, איז יואלי אָפּגעליגן אין בעט, רתוק למטת חליו, ווען מ׳ווייסט נישט וואָס זיין עתיד וועט זיין.

יאַנקעלע דאַרף זיין טאַטע.

״טאַטי, האַלט מיך!״ בעט זיך דאָס אומשולדיג קינד. אָבער זיין געטרייער טאַטע ליגט נעבעך אָפּ אַ הילפלאָזער שוואַכער חולה, האַלב געלעמט, אין זיין בעט. ה׳ ישמור.

קוים וואָס שמייכלען קען ער צו יאַנקעלען.

אוי, ווי טרויעריג!

דאָס יונג קינד פאַרשטייט נישט קיין סאַך, אָבער זיין קליין פאַרווייטאָגט הערצעלע און געשעדיגט מח׳ל איז ביטערליך פאַרקלעמט. ער דאַרף טאַטי׳ן צוריק!

נאָך לאַנגע, שווערע חדשים, נאָכ׳ן דורכגיין גאר שווערע פיזישע און גייסטישע טעראפי, האָט יואלי אָנגעהויבן צוביסלעך קומען צו די כוחות, כאָטש פאַרבלייבנדיג גאָר אָפּגעשוואַכט אויף די גאַנצע לינקע זייט.

יואלי, ווייסן מיר שוין, איז אַ קעמפער, אַ גענעראַל. ער שרעקט זיך נישט פאַר שוועריגקייטן אין לעבן.

ער האָט שוין מיטגעמאַכט אַן איבערקערעניש אין לעבן. ער איז גרייט דאָס אויך דורכצולעבן בעז״ה, כאָטש שטאַרק אָפּגעשוואַכט אויב איז דאָס דער רצון הבורא.

אָבער, צי ווייסט ער וואָס אַן איבערקערעניש ס׳ערוואַרט אים?!


חודש אלול תשע״א 11 חדשים שפעטער

דער צווייטער סטראָוק רחמנא ליצלן!!!

בום, טראַך! אַן אומבאגרייפליכער זעץ!

א מאסיווער, שרעקליכער סטראוק, פיל מאַכטפולער ווי דער ערשטער, האט ווידעראמאל אַטאַקירט דעם אָפּגעשוואַכטן קערפּער פון דעם טייערן טאַטן.

יואלי איז פאַרשלאַפט, וואָכן לאַנג, שוועבנדיג צווישן די צוויי וועלטן.

זיין קערפּער, קוים הויט און ביין, ליגט צאַמגעקוטשעט אין שפּיטאָל בעט, מיט די משפּחה אַרום, געטריי ביי זיין זייט, פאַרזאָרגט און פאַרוויינט.

נאָך עטליכע וואָכן פון לעבן אין אומקלאָרקייט, שפּאַנט דער גרויסער דאָקטאָר אַריין אין צימער, פאַרריכט זיך דעם ווייסן אויבערראָק, און הייבט אָן רעדן צו דער פאַרזאַמלטער משפּחה מיט אַן ערנסטע מינע. מ׳זעט ווי ער מעסט און וועגט יעדן וואָרט זיינעם.

״איך האָב פאַר אייך גוטע נייעס און שלעכטע נייעס״, האַקט ער ענדליך איבער די שטילקייט.

די גוטע נייעס קודם, בעט זיך די משפּחה: “יואלי וועט דאָס איבערלעבן, מיט גאָט׳ס הילף".

יעצט די שלעכטע נייעס, אָטעם איינגעהאַלטן: “זיין לינקע זייט גייט בלייבן טיילווייז פּאַראַליזירט!"

זעץ. זעץ. זעץ.

באשעפער איינציגער, השם השם קל רחום וחנון, וויפיל קען איין מענטש, איין שוואַך קערפּער, דורכטראָגן?!

וויפיל קען איין אָפּגעפּלאָגטע אידישע משפּחה דערהייבן?!

און יאַנקעלע, דו אומגליקליך רחמנות׳דיג קינד, וואָס וועט מיט דיר זיין?! ווער וועט פאַר דיין ספּעציעלן מוסד זאָרגן? ווער וועט דיך ליב האָבן? ווער וועט צו דיר שמייכלען?!

געוואַלד, געשריגן, אַ נורא ואיומ׳דיגע ״איבערקערעניש״!


 ר׳ יואל בעל יסורים גיט נישט אויף!

אַ נפש חי קען באמת נישט פארשטיין די מיטמאַכענישן און פּיין. זאָל עס קיינער קיינמאָל נישט דאַרפן פאַרשטיין.

אַ יונגערמאן, ״אַ יואלי״, וואס איז געווען כאחד האדם, געלעבט מיט שאיפות און לעבנסלוסט ווי יעדער אַנדערער יונגערמאַן אין זיין יאָרגאַנג, און דאָ איז ער שוין אין זיינע דרייסיג יאָר פאַריבער וואָס טויזנט אַנדערע מענטשן גייען נישט אַריבער אין גאנצן לעבן.

אָבער, דאָ אין דער פינסטערניש, אין דעם שטאָק-טונקעלן הסתרה שבתוך ההסתרה, נעמט זיך שיינען און לייכטן די געהויבנקייט פון יואלי׳ס נשמה.

שוואַך ווי אַ פליג קערפּערליך, אָבער אַ גבור ווי שמשון אין זיין גייסט!

ר' יואל בעל היסורים גיט נישט אויף! נישטאמאל קומט עס אין באטראכט.

ער איז זיך נישט מתרעם אויפן בוכ"ע קיין כי הוא זה. פאַרקערט: ער איז דער וואָס איז יעדן מחזק.

״כל מה דעביד רחמנא לטב עביד״, הערט זיין מויל נישט אויף צו שעפּשען. ״אויב דער גוטער באַשעפער האָט דאָס פאַר מיר געוואָלט, דאַן איז דאָס פאַר מיר דאָס בעסטע וואָס קען נאָר זיין און איך בין אים דאַנקבאַר״!

יאָ, טאַטע אין הימל, דו האָסט נאָך דאָ אין דעם חשכות הגלות אויף וואָס אַרויפצוקוקן. אַזוינע נשמות טהורות ונקיות וואָס לעבן מיט דיר און דאַנקען דיך אינעם גרעסטן הסתר פּנים. השקיפה ממעון קדשך מן השמים!


2 יאָר שפּעטער - יואלי לייגט אַראָפּ ביידע פיס און וואָקט!

געווען אַזעלכע ״מבינים״ וואס האָבן געראָטן מ׳זאָל אויפגעבן. ״נישטאָ וואָס צו טון״, האָבן זיי גע׳טענה׳ט ברענגענדיג אַ ראי׳ לדבריהם: ״דער גרויסער דאקטאר האט דאך אליינס געזאָגט, אז אזוי בלייבט ער.״

אָבער די געטרייע משפּחה, געטריבן פון יואלי׳ס פעלזענער שטאַרקייט, וויל נישט פון אַזאַ מחשבה אפילו הערן און ויסן.

אויפגעבן? מייאש זיין? ווי קען מען דען?! ווי מעג מען דען?! א טאטע פון קליינע קינדערלעך! תינוקות הצריכים לאביהם! אַ מאַן פאַר אַ אידישע פרוי! אַ באַליבטער זון פון געטרייע עלטערן! געוואַלד!

איי דער דאָקטאָר האָט געזאָגט? נו, פאַר דעם זענען מיר דאָך מאמינים בני מאמינים! יואלי לעבט מיט דער אמונה טהורה, אז ״כל זמן שהנר דולק״, ווילאַנג דאָס קנויט פון לעבן איז נאָך באַהאָפטן, ווילאַנג ס׳דאָ אַן אָטעם וואָס קלאַפּט, זענען מיר זיך נישט מתייאש מן הרחמים, אפילו ווען אַ חרב חדה איז נעבעך אין בוכשטעבליכן זין פון וואָרט על צווארו.

יואלי'ס געטרייע און נאָנטע זענען נישט געשלאפן. מעדיצינישע עסקנים און אָרגאַניזאַציעס האָבן בוכשטעבליך ״איבערגעקערט א וועלט״ צו טרעפן אַ היילונג.

און טאקע צוויי יאר שפעטער האט יואלי געלאַכט א גוטס פונעם דאקטאר'ס שוואַרצע נביאות׳ער.

גענוי צוויי יאָר פון דעם געשעעניש, האָט יואלי טריאומפול אַראָפּגעשטעלט ביידע פיס אויף דער ערד, און אָנגעהויבן גיין! יאָ, אומגלויבליכע חסדי ה׳!

ער איז נישט געווען גענצליך גוט; נאָר ״כמעט״ כאחד האדם. אָבער פאַר יואלי׳ן איז דאָס גענוג געווען זיך אויפצושטעלן און צוריק אַרויסגיין אין גאַס, גיין פּרובירן צוריק אָנצוגיין מיט׳ן לעבן.


איכה אשא לבדי:

יואלי וויל זיך אַליין מפרנס זיין!

אַ צווייטער מענטש אויף זיין פּלאץ, נאָכ׳ן דורכגיין אזעלכע אומבאשרייבליכע ליידן און יאָרן פון זיין צוגעבונדן צום בעט, וואָלט שוין געווען דעמאָראַליזירט און מוטלאָז. אָבער נישט יואלי.

יואלי האָט אַן אומפאַרשטענדליכע ״גבורת הנפש״, און ער וועט אַ רגע נישט איינזיצן וואַרטן אויף יענעמ׳ס חסדים.

אין די רגע וואָס ער האָט געשפּירט אַז ער איז שוין פיזיש גענוג שטאַרק, האָט ער זיך אַרויסגעלאָזט זוכן פּרנסה צו קענען שפּייזן זיין סטאַדע יונגע שעפעלעך, לחם לפי הטף, זיי צו קענען שענקען ברויט מיט פּוטער און פּרובירן צאָלן זייערע וויכטיגסטע קאָסטן.

״פול טיים״ האָט ער נישט געקענט אַרבעטן, נישט מעגליך געווען. האָט ער זיך איינגעגעבן ביי די "המזמרים" ״שירה״ "ידידים" "זמירות" כאָר, פאַרמאָגנדיג אַ שיינע זיסע שטימע, צו גיין זינגען אויף קלענערע אידישע שמחות, און צומאל אויך אויף שבתים. אַזוי האָט ער פּרובירט דאָ און דאָרט פאַרשידענע זייטיגע אַרבעט, וועלכע האָבן נישט געפאָדערט שטאַרקע פיזישע אָנשטרענגונג, כדי נישט צו דאַרפן צוקומען לידי מתנת בשר ודם און צו קענען קויפן אין גראָסערי מיגיע כפּו.

יאָ, כאָטש די ישועה איז נאָכנישט דאָ געווען זינגט שוין יואלי שירה, און די מלאכי מעלה משרתי עליון זינגען מיט אים מיט!


טבת תשע"ז - יואלי׳ס ״הגומל״ קלינגט אָפּ אין ביהמ״ד!

עס איז אַ פרימאָרגן אין קאַלטן חודש טבת תשע״ז, ווען אונזער ר' יואל שפּאַנט אריין אין אין ביהמ"ד מיט א קענטליך פרייליך געזיכט.

אין זיין האַנט האַלט ער א טאץ לקח און ברויפן. דער עולם זעצט זיך וואונטשן לחיים, ווען אלע אויערן זענען אנגעשפיצט צו הערן זיין לעבנס געשיכטע, שרייט ער אויס אַ התרגשות׳דיגער: ״איש בשורה אנכי היום, איך דאַנק און איך לויב דעם הייליגן באַשעפער אַז כ׳קען אייך איינמעלדן, אַז איך בין פולקאָם גענצליך ערהוילט״!!!

יואלי דערציילט פאַר די געשפּאַנטע צוהערער זיין דראַמאַטישע לעבנס-געשיכטע און פירט אויס אַ גערירטער: “הגומל לחייבים טובות שגמלנו כל טוב! מיין פּיין און מיטמאַכעניש נעמט שוין אַן עק, איך גיי אי״ה מהיום והלאה זיין אַ געהעריגער געזונטער מענטש!״

״מי שגמלך כל טוב, הוא יגמלך כל טוב סלה״, קלינגט צוריק דער אויסרוף פון אַלע גוטע פריינט. יעדער קוועטשט אים די הענט האַרציג ״לחיים, צו לאַנגע געזונטע יאָרן״.

ווער דען זאָל דעם אומגליקליכן יואלי׳ן דערציילן וואָס צרות נוראות ערוואַרטן אים, און דאָס וואָס ער האָט ביז היינט דורכגעמאַכט איז בלאַס נעבעך קעגן דעם וואָס קומט נאָך?!

*

יואלי ווייסט נישט פון קיין מעשיות. געזונט איז געזונט. גייט ער און נעמט אָן אַ געהעריג פול טיים זשאַב. אַן אַרבעט וואָס וועט פאָדערן פיזישע כוחות, טרייבן אַ טראָק און שלעפּן זעק און פּעק. ער איז נאָך איבערגליקליך אַז ענדליך האָט ער זיך דערוואָרבן אַ ״סטעדי אינקאָם״, ער גייט אַהיימנעמען אַ געהאַלט יעדע וואָך. אַ מענטש צווישן מענטשן, א ״געהעריגער טאטע״ פאַר זיין שטוב מיט זיסע קינדערלעך, וועלכע זענען איבערגליקליך אַז טאַטי איז צוריק אַ ״געהעריגער טאַטע״ ווי אַלע זייערע חברים האָבן.


אוי געוואלד, אוי געוואלד, דאָס אַרגסטע פּאַסירט!!!!!

דער ערשטער טאג אינעם ארבעט! ר' יואל זיצט ביים רעדל פונעם דריי און פופציג פיסיגער טראַקטאָר-טרעילער. ער שפּרודלט מיט ענערגיע. פריש און מונטער.

ער פאָרט געמיטליך, שלעפּט זעק אויף זיינע פּלייצעס, ער איז העכסט צופרידן פון זיך אַז ער האָט שוין דאָ דערגרייכט, און זיין נשמה זינגט זיך אַ לידל אַז ער האָט דאָס דערלעבט. ״אַנדערע קרעכצן יעדן טאָג ווי שווער זיי דאַרפן אַרבעטן, איך וויל שפּרינגען און טאַנצן אַז דער רבוש״ע האָט מיר געגעבן דעם כח אַז איך קען אַרבעטן״, קלערט דער מלא-אמונה׳דיגער יואלי צו זיך.

פּלוצים, אַ סטאַפּ. דער טרעילאָר הערט אויף פאָרן. זעט אויס עפּעס האָט זיך פאַרהאַנקערט אונטן ביי די מאַסיווע רעדלעך וואָס שלעפּן דעם גרויסן לאַסט. יואלי איז דאָך אַלץ דער פּראָבלעם-לייזער, ער ווייסט נישט פון זיך אָפּשטעלן און אויפהייבן די הענט הילפלאָז. שפּרינגט ער ארויס פונעם דרייווערס-זיץ, בייגט זיך ארונטער דעם לאַסט-אויטאָ און פּרובירט צו זען וואָס ער קען דאָרט פאַרריכטן אַז דער מאַשין זאָל צוריק לעבעדיג ווערן און פאָרזעצן ווייטער אין וועג. ער דאַרף דאָך ברענגען פּרנסה פאַר די קינדערלעך.

אוי! אוי! אוי! אוי! אוי!

טונקל, פינסטערניש, אומגליק.

פון דער פאַרקערטער ריכטונג איז געקומען צו פליען אַן אומאויטאָריזירטער טראָק, און....

- אַריינגעריסן אין יואלי׳ן!

מיט דעם שוידערליכן קראַפט פליענדיג האָט עס געשאפן א שפּאַלט אין זיין קאָפּ, פאַרקלעמט זיין האַלז און צעשמעטערט זיינע פיס און אים געשליידערט אין די לופטן!!!!

יאָמערליכע סירענעס רייסן דורך די שמאָלע געסלעך ביז צום גאַס וואו יואלי ליגט נעבעך אַ צע׳מזיק׳טער, פּתע בינו לבין המוות, אוי רחמנא לישזבן!

א שווערער אטעם הערט זיך פונעם ערשטן אי.עם.טי. וואָס האָט געגרייכט די סצענע.

״עס קוקט אויס דערנאָך, די.אָו.עי.״!

נישטאָ קיין וואָרט וואָס מ׳קען פון מויל אַרויסזאָגן.

אַ נשמה׳דיגער הצלה פּאראמעדיק קומט אָן אויפ׳ן אָרט, ער וויל נישט וויסן פון גאָרנישט. ער וואַרפט זיך אַרויף, ער באַווייזט צו טרעפן איין פּולס וואָס לעבט נאָך, ער איז דער הימלישער שליח אים צו דערהאַלטן ביים לעבן!

די הייוועי ווערט אָפּגעשלאָסן, די אַמבולאַנס פליעט צום נאָענטסטן שפּיטאָל, וואו הצלה האָט שוין אַנגאַזשירט די גרעסטע מעדיצינער זאָלן אים אָפּוואַרטן דאָרט און דורכפירן אַן עמערזשענסי פּראָצעדור אין זייער סאַמע פאָרגעשריטענעם טראַומאַ צענטער!

די גרעסטע פּראָפעסאָרן פונעם שפּיטאָל זענען דאָרט געקומען זעהן דעם נס, דעם טויט-לעבעדיגן מענטש, וואָס האָט באַוויזן אויסצושפּילן דעם טויט אין די לעצטע רגע, און יעצט ראַנגעלט זיך זיין קערפּער זיך צוריקצודערכאַפּן דאָס חיות, ממש אומגלויבליך!


 נאָכאַמאָל אין שפּיטאָל...

אין אַ גרויען שפּיטאָל-צימער אויפ׳ן 11׳טן שטאָק ליגט זיך אונזער יואלי. צוגעטשעפּעט צו מאַשינען. אַן אבר קען ער נישט רירן.

צוויי יאָר אָפּליגן איז נישט גענוג געווען. צוויי מאַסיווע סטראָוקס האָט נאָך זיין מעסטל פון ליידן נישט אָנגעפולט.

ליגט דאָ פאַר אונז אַ יונגערמאַן, אַ אידישער ליבליכער טאַטע, אָבער קוים וואָס מ׳דערקענט אים. אַ שבר כלי. דאָס ביסל הויט און ביין וואָס ער פאַרמאָגט נאָך איז נעבעך פאַרדרייט פאַרקריפּלט. אוי וואָס אַ צער!

א גאנצער חודש האט יואלי זיך געראנגעלט בין החיים ובין המוו.. מ׳האָט נאָכאַנאַנד געציטערט אַז זיינע טעג זענען געציילטע. רחמנא ליצלן.

דאָס האַרץ נאָגט, דאָס געוויסן פּייניגט, די געפילן ציפּן, די מחשבות שניידן אינעם מח אַריין ווי מיט מעסערס ״וואָס, הייליגער טאַטע, גייט דאָ זיין מיט יואלי״?!

די משפּחה, די געשוויסטער, טאַטע און מאַמע, חברים, שכנים, פאָרן און קומען. מ׳לאָזט נישט אַליין אַ רגע. מ׳איז מתפּלל, מ׳וויינט, מ׳טוט פּעולות. מ׳קערט איבער.

אָט, געלויבט השי״ת, הערט מען שוין איין גוטע אַנטוויקלונג. ער וועקט זיך צוריק אויף.

אָבער, וואָס אַ לעבן איז דאָס? קען מען דאָס בכלל רופן לעבן?

מיט׳ן צע'מזיק'טן קאָפ וואָס ווייטאגט און שווינדעלט;

מיטן צעקוועטשטן באַנדאַזשירטן האלז וואס וויינט און שרייט אָן אַ קול מיט יסורים נוראים אָן אויפהער;

מיט׳ן אינוואַלידירטן פיס וואָס שפּירט זיך ווי אַ האַרטער קלאָץ, עס רירט זיך נישט פון ארט, נעבעך.

אוי, איז דען בכלל באַשאַפן געוואָרן די וואָרט וואָס קען אַזאָנס שילדערן?!


 אַן איבערגעקערט לעבן - אָבער יעצט סטראַשעט מען אים אַרויסצואוואַרפן פון זיין דירה!

יעצט האַלט מען שוין ב״ה דא אַז ר' יואל לעבט! מלא יסורים, מלא צער, מלא ווייטאָג, מלא פּיין, מלא אייטער — אָבער פאָרט לעבט ער. זיין מח איז וואַך.

דער יונגערמאַן יואלי איז באמת אַ פּלא אין דער בריאה, וואָס מ׳קען פּשוט נישט פאַרשטיין.

אין די זעלבע צייט וואס ער מוטשעט זיך מיט טאג-טעגליכע אויסמאַטערנדע טעראַפּיע און אומגעהויערע ווייטאגן, גייט ער אן ווי ווייט מעגליך, און פרובירט נאך אלס צו ברענגען ברויט פאר די קינדערלעך, דורך פאַרשידענע קלייניגקייטן וואס ער קען נאך באווייזן.

אַלעס וואָס ער וויל, איז נאָר ״ברענגען פּרנסה בכבוד״, ער זאָל זיך שפּירן ווי אַ מענטש וואָס פּראָדוצירט עפּעס און נישט ווי א וועלט׳ס רחמנות.

אָבער, ווי שטאַרק ער וויל און גאָרט נעבעך דערצו, קען ער עס נישט באַווייזן. ער איז אַן אינוואַליד ה״י. ער שפּירט נישט זיין פוס אינגאַנצן, ער איז צוגענאָגעלט צו זיין ווילטשעיר. ער ארבעט ביטער שווער צו קענען אַליין קומען און גיין.

אָבער דאָס אַלעס וואָלט ער נאָך אויסגעהאַלטן.

דאָ איז געקומען עפּעס וואס טרעט אים שוין צו צו זיין מח. און דער גרויסער גבור הנפש שפּירט ווי ״דאָס״, די לעצטע שטיינדעלע, צעברעכט אים!

וואָס האָט פּאַסירט?

שוין אַסאַך חדשים נעבעך וואָס יואלי קען נישט צאָלן קיין רענט, און דער לענדלאָרד האָט זיך גענומען פאָדערן דאָס זייניגע, און האָט אָנגעהויבן סטראַשען און פאַרפירן אַז אויב צאָלט מען נישט דאָס געלט, מוז מען שוין תיכף ומיד פאַרלאָזן די דירה!


אַרויס פון דירה האָט איין דירעקציע:

יואלי אין נוירסינג האָום, די קינדער אין שעלטער!

טייערע אידן, אַלעס וואָס האָט ביז היינט פּאַסירט צו יואלי׳ן, אלע פיזישע פּיין וואָס ער איז פאַריבער, האָט נישט פון יואלי׳ס אויגן אַרויסגענומען אַזויפיל טרערן, ווי אָט די מיטמאַכעניש!!!

די שרעק אַז מ׳גייט אים אין אַ נאָענטן טאָג אָנכאַפּן ביים ווילטשעיר און אים אַרויסשליידערן מיט זיין משפּחה אין גאַס, האָט יואלי׳ן צעשמעטערט און זיין טראָפּעלע פאַרבליבענע גבורה אים צעפּיצלט!

ר׳ יואל פאָפּט זיך נישט, ער איז אַ קלוגער שאַרפער יונגערמאַן. ער ווייסט זייער גוט, לב יודע מרת נפשו, וואָס ״אַרויס פון די דירה״ באַדייט.

ער ווערט געפירט צו אַ ״נוירסינג האָום״, און די קינדערלעך זיינע צו א ״שעלטער״ פאר היימלאָזע!

חלילה. חלילה. חלילה!

ס׳גייט נאָך ווייטער: זיין אינשורענס האָט שוין געמאָלדן אַז צו קענען ווייטער באַקומען מעדיצינישע דעקונג מוז זיין דירה זיין אויסגעשטאַט מיט די נויטיגע עקוויפּמענטס און זיין אינוואַליד עקסעסעבל, מיט אַ רעמפּ אא״וו, אָבער דערווייל, אַז ער צאָלט נישט קיין רענט, איז דאָך נישטאָ קיין רעדע אפילו פון דורכפירן די נויטיגע אַרבעט.

איז ער חלילה אויסן צו פאַרלירן זיין לעבנס-וויכטיגע מעדיצינישע הילף און טעראַפּיע אויך! חס ושלום!


אַרויסוואַַרפן פון זיין דירה?!!

ניין כלל ישראל וועט דאָס קיינמאָל נישט דערלאָזן!

אידן, גענוג איז גענוג! לאָמיר זיך דערבאַרימען אויף יואלי׳ן!

אידן! רחמנים! ברידער מיינע! שוועסטער מיינע!

לאמיר זיך נעמען איבערקערן!

לאמיר נישט לאָזן אַ שטיינדעלע אומאיבערגעקערט!

נישט איך, נישט דו, גייען האָבן א רואיגן געוויסן, אז מ׳האט אַ ״יואלי׳ן״, א היימישן טייערן יונגערמאַן, א ברודער אונזערער, געלאָזט אַריינשליידרן אין א האום וואו קאלטע פאלש-שמייכלדיגע נוירסעס דאַרפן זיך דערבאַרימען אים א טובה טון און אים אויפזעצן ווען זיינע צעשוידערטע פאַרפּייניגטע קינדער וועלן אים קומען באַזוכן.

ניין! ניין! ניין! ניין! ניין!

ס׳קען נישט זיין! ס׳טאָר נישט זיין! ס׳גייט נישט זיין!

יואלי באלאנגט אינדערהיים!

יואלי באלאנגט פאר זיין משפּחה!

יואלי באלאנגט פאר כלל ישראל!

יזדעזע תבל ומלואה, זאל זיך די וועלט איבערקערן ת״ק פּרסה על ת״ק פּרסה, אבער יואלי וועט אינדערהיים בלייבן!

 

דעם מוצאי שבת שמות:

 אַ פערטל מיליאָן פאַר יואלי׳ן!

רבותי, טייערע ליבע האַרציג אידן!

פאַר צו לאַנג האָבן מיר געלאָזט יואלי׳ן זיך אַליין מוטשען.

דעם קומענדיגן מוצאי שבת שמות קומט דאָס צו אַן ענדע!

בליל זה יבכיון בני, אין די נאַכט וועט גאַנץ כלל ישראל מיטוויינען מיט יואלי׳ן, און עפענען אונזערע הערצער, אויפרייסן אונזערע טאַשן, און גיסן מיט געלט, צו מאַכן אַן ״איבערקערעניש״ אין יואלי׳ס לעבן.

אַן ״איבערקערעניש״ צום גוטן!

וואָס דאַרף מען דען פון אונז? ״געלט״! דאָס אַלעס!

פרעג איך אייך, מיט אַ טרער וואָס גליטשט זיך פון אויג און מאַכט נאַס דאָס פּאַפּיר: מעג דען ״געלט״ אפילו שפּילן אַ ראָלע אין אזא קריטישע צייט?!

זאָגט מיר דעם ריינעם אמת: גייט איר דאָס דורכליינען, און לאָזן יואלי׳ן פאַלן אָן אַ נדבה?!

ווען מיר קענען יואלי׳ן איינפאַך העלפן בלייבן אינדערהיים, קומען צו די כוחות און זיין משפּחה זאָל פאַבלייבן גאַנץ?!

דער רבוש״ע האָט געשיקט זיינע נסים ונפלאות, יואלי איז געבליבן לעבן למעלה מדרך הטבע מיט די רחמנות פונעם רופא נאמן ורחמן.

יעצט וויל אונזער טאַטע און הימל זען וואָס מיר, זיינע קינדערלעך, גייען פאַר יואלי׳ן טון!

טייערער איד, עפן דיין האַרץ און זאָג פאַר יואלי׳ן: איך גיי דיך העלפן! בכל לבי! בכל נפשי!

יואלי, אַ פערטל מיליאָן האָב איך נישט, אָבער איך געב פאַר דיר מיין גאַנצע האַרץ! איך געב מער פון וויפיל איך קען, און איך גיי מעורר זיין מיינע חברים, איך גיי אַרומגיין אין ביהמ״ד, איך גיי העלפן בעז״ה מיט מיין כח היחיד צו גרייכן אַ פערטל מיליאן!


וואָס איז דען אַ פערטל מיליאָן פאַר כלל ישראל?!

נאָך איין זאַך וויל איך ענק זאָגן, עפּעס וואָס מיין פעדער האָט ביז יעצט נישט געקענט אַרויסשרייבן, אָבער אַז שוין סייווי אַזויפיל צאַמגעוויינט, און אַז מ׳מוז דערוועקן כלל ישראל, לאַָמיר דאָס אייך זאָגן.

יואלי איז אַ טאַטע פון 6 קינדער!

אידן! זעקס הייליגע לויטערע נפשות׳לעך שטייען און קוקן אַרויס מיט דערשראָקענע בהלה׳דיגע פאַר׳צער׳טע אויגן, אז מ׳זאָל זיי נישט וואַרפן אויף דער גאַס!

מיט יואלי׳ן און זיין אשת חיל איז דאָס 8!

אידישע קינדער: אַ פערטל מיליאָן פאַר 8 אחינו בשרינו!

ס׳איז גאָרנישט! קליין געלט!

כלל ישראל קען?

זיכער אַז יאָ!

כלל ישראל וועט?

זיכער, זיכער אַז יאָ!!!

פאַרוואָס? ווייל מי כעמך ישראל.

און ״איך״ בין אויך אַ חלק פון כלל ישראל!

און מיר פאַרשפּרעכן: מיר וועלן ״איבערקערן״ ווילאנג מיר וועלן דאָס גרייכן בעז״ה! ווייל אונזער רחמנות האָט קיין גרעניץ נישט!

און צום שלוס, לאָמיר אַלע מתפּלל זיין, באַגלייט מיט אונזער כח הצדקה: אַז יואל בן חי' הענטשא זאָל זוכה זיין צו אַ לעכטיגע רפואה שלימה ומהירה, ויתחדש כנשר נעוריו, זיין א געזונטער טאטע פאר געזונטע פרייליכע קינדער, בתוך שאר חולי ישראל, אמן.


Show More

Donate Now

Recent Donations (218 Total)

Shmily masri

$20

3 months ago

AvrumiBlum

$110

3 months ago

Gedalya R

$20

3 months ago

Comments: יואלי פאר יואלי נאנסטאפ

Shmiel Hersh Miller

$18

3 months ago

Comments: פאר יואלי אלעס

Shmiel Moskowitz

$34

3 months ago

Waider

$18

3 months ago

Aaron Goldstein

$36

3 months ago

Meir Isser Zanger

$36

3 months ago

Anonymous

$10

3 months ago

Anonymous

$20

3 months ago

Chesky weiss

$18

3 months ago

Chaim Shloima

$50

3 months ago

Tuli Steuer

$150

3 months ago

Comments: More זכותים before the wedding

Zalmen Grosz

$50

3 months ago

Shimmy neustadt

$10

3 months ago

Comments: Now its me

Hershy

$18

3 months ago

Shloimy Rosenberg

$18

3 months ago

Yoely Friedman

$380

3 months ago

Comments: Yoely is my role model

Y.G.

$18

3 months ago

Comments: Yoely no words ❤❤❤ you are amazing allways on the look out to help someone else

Moshe Aron stark

$36

3 months ago

Comments: Wow Yoely!! Always here to help ppl!! Keep it up!!

Shaya Braun

$500

3 months ago

Comments: Yoely hatzdick

Isaac Fischbein

$18

3 months ago

Shea Singer

$50

3 months ago

Yoel goldstein YG

$55

3 months ago

Comments: איך דארף א סעלפי מיט שייע וויינער, און זייער גוט געווען דיך יואלי גרויס צו האבן אויף שבת אלץ גאסט

Yoel goldstein

$1

3 months ago

Comments: טעסטינג אויב מען קען שרייבן א קאמענט אויף אידיש

Shaya W

$54

3 months ago

Comments: We just can't say no to yoely who is always here to help every jew 24/7

shlome zorger

$36

3 months ago

Comments: keep it up

Shmery weiss

$20

3 months ago

Comments: Yoely keep it up!!

Anonymous

$176

3 months ago

Comments: Too finish ur goal, thanks for the Friday clips

Abraham Zupnick

$180

3 months ago

Shloime h

$18

3 months ago

Shimmy Rubin

$18

3 months ago

Comments: יואלי איש צדיק, We only need your smile..

Mordechai Dembitzer

$36

3 months ago

Chaim weisz

$10

3 months ago

Yanky perl

$100

3 months ago

Comments: Yoily keep it up you amazing!

Another brother of YG & AG, figure it out

$50

3 months ago

Comments: Sorry, I had to do it now. Couldn’t wait till later. Yoely you’re a צ and a ץ !

Avrumy Goldstein

$50

3 months ago

Nachman Taub

$100

3 months ago

Lazer bikel

$72

3 months ago

Comments: Keep up the great work

Anonymous

$100

3 months ago

Shimon Neustadt

$18

3 months ago

Hindy M

$36

3 months ago

Shia Spitz - Ryne Cleaning

$36

3 months ago

Comments: Keep smiling!

Anonymous

$1,000

4 months ago

Anonymous

$26

5 months ago

Chaya Freund

$18

11 months ago

joseph weiss weiss

$50

11 months ago

S&R Roth

$100

11 months ago

לכבוד ר' יואל הצדיק

$1

11 months ago

Beri karpen

$5

11 months ago

esther weill

$18

11 months ago

Mayer & Chaya Rivka Fischl

$180

11 months ago

Hershy Krausz

$5

11 months ago

Kalmen Weiss

$15

11 months ago

Avrumi Tabak

$18

11 months ago

Comments: You are an inspiration and the very definition of chessed!

Solomon Lebovits

$5

11 months ago

Zalmen Eichenstein

$50

11 months ago

Yoely Gefen

$10

11 months ago

Mirel Eichenstein

$75

11 months ago

Yoeli Brach

$60

11 months ago

Brach Family

$18

11 months ago

Hershy Sperber

$20

11 months ago

Comments: Yoely I don’t know we’re to start A good Hart is a understatement. Keep up your great work.. ווען משיח וועט קימען וועט ער וויזעןמיט די פינגער יולי האט מיך געברעינגט You should be gebenched Chazak!!

Anonymous

$36

11 months ago

Certified auto collision

$50

11 months ago

Comments: Always thre to help another yid keep it up

Shloimy lox

$400

11 months ago

Moshe Teitelbaum

$8

11 months ago

Hershy weiner

$100

11 months ago

Yoel A Schiff

$180

11 months ago

Michael Belz

$180

11 months ago

Chaim moskowitz

$41

11 months ago

Tatty & Mommy

$108

11 months ago

Comments: Your tireless effort on behalf of your good friends is totally awesome. Keep up the great work and always keeps smiling!

M spitzer

$18

11 months ago

S L

$36

11 months ago

Your brother

$1

11 months ago

zalmen kaufman

$100

11 months ago

Comments: Employee of the year Even the tenants love you

Yisroel fasten

$18

11 months ago

Comments: Keep up your great work!!!!

Solomon Greenfeld

$108

11 months ago

Bobby Weiner

$50

11 months ago

Comments: Refhua shlima

Yoely Friedman

$5

11 months ago

Comments: אזא נשמה ווי יואלי טרעפט מען נישט אזוי שנעל..❤❤

שמואל אבא הלברשטאם

$18

11 months ago

Comments: .לכבוד מיין טייערע חבר יואלי האלט אן מיט דיין געוואלדיגע חסד די זכות זאל דיר ביישטיין

Anonymous

$100

11 months ago

CLOSET BRAIN

$50

11 months ago

Comments: יואלי ווייל איך ווייס ווי שטארק דעיס גייט דיר אין לעבן

יואלי וויעדער

$36

11 months ago

Comments: כ'האב הנאה האסט שווער געארבעט... Yoily keep going!!

David Zwiebel

$20

11 months ago

Chesky Weiss

$18

11 months ago

Shloimy Rosenberg

$18

11 months ago

Aron Deutsch

$10

11 months ago

Comments: Whenever yoely asks

Nathan Weiss

$36

11 months ago

Comments: keep up your Chesed and great work, no words can describe what you do.

Zevy Weber

$180

11 months ago

Comments: !!!יואלי ביסט א פלענע סימפעל ענדע צדיק איך האב א טאן צי שרייבן איך הייב אבער נישט אן סוועט אויסקיקען אזוי די אלע וואויס נאטס (2 שעה)

Sender Wieder

$18

11 months ago

YossiHerskovitz

$18

11 months ago

Miriam Greenfeld

$18

11 months ago

Comments: Chesed is Yoeli's middle name.

Getzy Neustadt

$72

11 months ago

יודי איצקאוויטש

$100

11 months ago

Comments: יואלי דיין ווארעמקייט פאר א צווייטען איז נישט צום באגרייפן ממש נעקסט לעוועל

Anonymous

$25

11 months ago

Comments: Refuah sheleima Chaya bas reizel and henna bas hindel

אורחים מנחה קרעטשמע. טענקס

$18

11 months ago

Mendy fisher

$18

11 months ago

Jw foundings

$18

11 months ago

Comments: יואלי ווייניג ווי דיר ...אשרך...... the amount of chessed you do for all jews is unbelievable with all your heart ...... may hasham help you should never know from tzures and only good stuff

C&l

$50

11 months ago

Isaac Weiner

$18

11 months ago

Comments: Yoely, you are one of a kind!! Keep going!!

Showing the maximum 100 transactions

Original Goal: $360,000

Bonus Goal: $500,000

Total Raised: $433,742

120%

Enter Amount

close
Amount
Billing
Payment
1
2
3

Donate Now

© 2020 All Rights Reserved | Privacy Policy

Dryveup.com | Powered by ClickandMarket