Donate Now

arrow_back

Campaign Homepage

Dryver
Rank
4

Dryver Page

Shaul Yecheskel Lowy

Wave arrow_forward_ios Satmer arrow_forward_ios Shaul Yecheskel Lowy

Raised:

$5,638

Goal:

$5,000

Donors:

62

112%


בס״ד


אונזער חשוב׳ער ידיד האט אנגעהויבן דאס לעבן מיטן רעכטער פוס. ער איז געווען אן ערנסטער אינגערמאן א קובע עתים לתורה, א ברייטער בעל פרנסה מיט א פעסט אוועקגעשטעלטע ביזנעס, געטיילט צדקה האט ער אסאך, א גוטער נאמען אין די קהילה האט ער אויך פארמאגט, און א הערליכע משפחה האט ער געפירט על מי מנוחות.

מיר האבן אים שטענדיג ארויפגעקוקט און געשעצט, זיין ווארט איז געווען חשוב אין אונזערע אויגן און מיר האבן זיך גערעכנט מיט זיין פראפעסיאנאלע בליק און אייגנארטיגע מהלך המחשבה. ווייניג האבן מיר מיטגעהאלטן וואס עס טוט זיך ביי אים, אבער ער איז שטענדיג ארומגעגאנגען מיט א שמייכל אויפן געזיכט, און האט נישט געשפירט פאר וויכטיג צו מיטטיילן סיי וואס פערזענליך.


און טאקע דערפאר האבן מיר פארפעלט עטליכע געלעגנהייטן…


דאס ערשטע מאל וואס עפעס אויסערארנטליך האט זיך אפגעשפילט אינעם פארהעלטנמעסיגער, און רעלאטיוו רואיגער לעבנסשטייגער פון אונזער ידיד איז געווען ווען עטליכע ביטערע טראגעדיעס האבן פאסירט מיט עטליכע פון זיינע קינדער, וואס ער האט פון אונז נישט געקענט באהאלטן.


מיר האבן געשטוינט ווי אונזער ידיד האט מצדיק געווען אויף זיך דעם דין, אבער מיר האבן נישט געוואוסט דעם אמת, אז אונטער דעם צידוק הדין פון יעצט, ליגט גאר א קייט פון יסורים און ווייטאגן וואס ער האט אונז קיינמאל נישט געהאלטן ביים מיטטיילן.


עס האט נישט גענומען לאנג און די עוף השמים האבן אנגעהויבן פירן די שמועות פון מויל צו אויער איבער די שווערע ליידן און מיטמאכענישן וואס אונזער ידיד האט זיך פלוצים געטראפן מיטמאכן. צוביסלעך האבן מיר אנגעהויבן באמערקן ווי פון א פרייליכער אפטעמיסטישער אינגערמאן האט ער זיך נעבעך געטראפן אין א דערביטערטע מצב. מיר זענען געוואויר געווארן אז פאר יארן לאנג האט ער אונז אפגענארט מיט זיין שמייכל, און אז שוין לענגערע יארן וואס זיין מצב איז שוין צהלתו בפניו ואבלו בלבו.


לעצטנס האבן צו אונזערע אויערן געגרייכט שווערע קלאנגען איבער די גאר ביטערע סיטואציע וואס האט ליידער בארירט זיין שטוב און פאדערט גאר דרינגענדע הילף, ווי זיין עתיד איז פארנעפלט און זיין רוח החיים גייט נאר מטה מטה ה״י. ספעציעל לעצטנס ווען ער האט זיך געוואנדן צו א חבר בצר לו, און האט זיך אויסגעדרוקט מיט די פאלגענדע רייד:


״זאלסט וויסן אז איך האב אנגעהויבן מיין לעבן ביי א הערליכן בארטן, די זון האט אזוי איידל געשיינט אויף מיר און געווארעמט. כ׳האב נאר געוואוסט פון גוטס. אבער ליידער אין די לעצטערע יארן האט זיך דער ים אויף מיר אנגעהויבן בייזערן, און איך שפיר ווי די כוואליעס שלעפן מיר אריין טיפער און טיפער, איך ברעך אונטער, איך גיי זיך דערטרענקען איין טאג. איך דארף הילף!


און דאן האבן מיר זיך אונטערגענומען אז מיר וועלן נישט רוען ביז מיר וועלן אים בארואיגן און העלפן ווידערמאל איבערבויען זיין משפחה, ער זאל האבן א ווארימע היים פאר זיינע ליכטיגע דורות.


אינאיינעם מיט עטליכע איבערגעגעבענע עסקנים האבן מיר זיך אריינגעלייגט אין דעם קעיס, און אנטקעגנגעקומען די שטוב מיט די גרעסטע ספעציאליסטן און עקספערטן אינעם פעלד. דאס קאסט אונז אוודאי אפ א מאיאנטעק, אבער מיר זעען קלאר ווי די רעזולטאטן שפעטיגן נישט צו קומען מיטן אויבערשטנס הילף.


די גוטמוטיגקייט פון אונזער חבר איז ליידער פארשוואונדן, אבער דער ליכטיגער האריזאנט דערקענט זיך שוין איבערן בארטן.


דאס מאקסימום וואס מיר קענען טון בעת הזו איז אויפטרייבן די נויטיגע סכומים וואס עס פעלט זיך אויס צו ראטעווען אונזער ידיד פון פארשוועמט ווערן חלילה און אונטערגיין ה״י, די אנגייענדע אויסגאבן און שווערע הוצאות וואס קאסט צוריקצושטעלן דאס אפלויף פון די שטורעמישע כוואליעס.

אחינו כל בית ישראל שרייען אויס: כל משבריך וגליך עלי עברו! די כוואליעס וואס דראען דיר צו דערטרענקען וועלן בארואיגט ווערן, מיר וועלן דיר ארויסציען פונעם שטורעמישן ים, און דיר העלפן צוריקשטעלן דיין לעבן על תילה בנויה.




Show More

Campaign Goal: $200,000

Total Raised: $163,561

81%

This Dryver is part of "Satmer" team

Go to Team Page

Donate Now

Call our automated phone system and enter the dryver's extension

phone929-416-2221 Ext 4403

62 

Donations

search

Shulem Dov Smilowitz

$360

1 day ago

Shmilu Ferencz

$50

14 days ago

kohn Mosha

$100

20 days ago

Usher Hollender

$5

20 days ago

Isaac Lowy

$60

20 days ago

Yoel Lefkowitz

$180

22 days ago

Shiah Friedman

$180

22 days ago

Yoely Lowy

$20

23 days ago

Nachmen Gold

$20

23 days ago

Berish Weiss - Satmer Monsey Kollel

$36

23 days ago

Comments: חזקי גיי ווייטער מיט דיינע הערליכע ארבעט

Zurech Reich

$50

23 days ago

duvid Goldman - Resolve

$72

23 days ago

Comments: I can't say no for Tagline!

A. Zanvil Lefkowitz

$72

23 days ago

Yitzchok Teitelbaum

$18

23 days ago

Yossi Perl

$50

24 days ago

Einayim member

$360

26 days ago

HireEx Team

$100

26 days ago

Comments: Keep up the good work !!

Dryver Reply: Thank you!

Chaim Hold

$36

27 days ago

Mordechai Jungreis

$10

27 days ago

Avrumi Spielman

$18

27 days ago

Load More

Campaign Goal: $200,000

Total Raised: $163,561

81%

Enter Amount

close
Amount
Billing
Payment
1
2
3

Donate Now

© 2023 All Rights Reserved | Privacy Policy

Dryveup.com | Powered by ClickandMarket