27 Teams
Load More
מיר אלע ווייסן און פארשטייען די געוואלדיגע ארבעט וואס עס גייט אריין אין בויען א הויז. חדשים לאנג זיצט מען מיט די קאנטראקטערס און מען ארבעט אויס די פלענער, מען מאכט פארשידענע ענדערונגען ארויף און אראפ, און איינמאל מען האט שוין א פארטיגע פלאן, דאן נעמט עס נאך א שטיק צייט ביז ווען מען קריגט די נויטיגע ערלויבעניש דאקומענטן און פערמיטס ביז ווען מען קען שוין פאקטיש אנהויבן די טעכנישע בוי ארבעט.
מען ברענגט א טראקטאר און מען גראבט אויס די פאנדומענטן, מען גיסט די צעמענט און מען בויעט ארויף די געביידע לויטן פלאן וואס מען האט פון פאראויס אויסגעשטעלט. עס גייט אריין געוואלדיגע כוחות און שווייס, אז די הויז זאל זיין אויסגעשטעלט אויפן שענסטן און באטעמ׳סטן אופן וואס עס איז נאר שייך. און דאן ציהט מען זיך אריין מיט א גרויסע פרייד אין דעם נייעם פראכטפולן הויז וואס מען האט זיך נארוואס אויפגעבויעט.
אצינד, לאמיר זיך פארטיפן א רגע מיט אביסל התבוננות. די אויבנדערמאנטע גוטע געפיל פון התחדשות און דערגרייכן, איז נאר ווען עס רעדט זיך פון א בשר ודם וואס בויעט זיך אויף א הויז צום וואוינען. אבער לאמיר אריינקלערן מיט א בליק פון עטוואס העכערע רוחניות׳דיגע שטאקן.
ווי גליקליך און פרייליך איז כביכול דער הייליגער באשעפער, ווען מען בויעט אים אויף א הויז. עס איז די גרעסטע שמחה ביים הייליגן באשעפער אז ער האט א הויז אין וועלכן עס קומען אידן און דינען אים מיטן גאנצן הארץ. ווער רעדט נאך ווען מען בויעט אזא הערליכע הויז וואס איז אויסגעשטעלט אזוי פראכטפול און מייסטערהאפטיג, אז ווען מען קוקט דאס נאר אן שרייט עס פון זיך אליין ״בהיכלו כולו אומר כבוד״.
מיר האבן זיך אריינגעלאזט אין די הייליגע ארבעט פון בויען א הערליכע ביהמ״ד וואס זאל דינען אלס פראכטפולער בית ה׳, און עס איז שוין אריבער א שיינע פאר יאר זינט מען האט אנגעהויבן מיט דעם הייליגן פראיעקט. ליידער האבן זיך זאכן פארשלעפט, און מען האלט שוין יעצט גאר נאנט צום טערמין ווען דער פערמיט וועט אויסלויפן.
מיר מוזן, און מיר וועלן, פארטיגן דעם הייליגן בנין!
איצט איז די צייט זיך אנצוגארטלען מיט פרישע כוחות, און געבן דעם לעצטן שטופ אז די הייליגע ביהמ״ד זאל אויפגעשטעלט ווערן על תלה, און דערמיט וועלן מיר שאפן א נחת רוח פארן בוכ״ע, ווען ער וועט ענדליך האבן א פראכטפולער הייליגע וויזניצער היים בעירנו מאנסי המעטירה.
החלצו חושים, באו לעזרת ה׳ בגיבורים!
Show More
Original Goal Has Been Met!
Help us meet our Bonus round!
ORIGINAL GOAL
$150,000
BONUS GOAL
$180,000
112% RAISED
$0
Donate Now
12
Dryvers
811
Donations
Shloimy Tabak
$360
23 days ago
יעקב יהושע ווערצבערגער
$1,800
1 month ago
ישעיה חיים ניימאן
$100
1 month ago
1
2 months ago
shimon Brettler
$300
2 months ago
יוסי גרינבערגער
$271
3 months ago
חיים מאיר מארקאוויטש
$300
3 months ago
שרגי פרענקל
$100
3 months ago
Load More
© 2023 All Rights Reserved | Privacy Policy
Dryveup.com | Powered by ClickandMarket
Comments: בעסטע קאזין