error

This campaign is no longer active.

CAMPAIGN GOAL

$600,000

0% RAISED

$0

Cong Kolel Satmar of KJ

18 Serpi Rd highland mills NY 10930

Tax ID #81-40663654

Phone :845.783.2599

SUPPORT EMAIL: [email protected]







Cong Kolel Satmar of KJ

18 Serpi Rd highland mills NY 10930

Tax ID #81-40663654

Phone :845.783.2599

SUPPORT EMAIL: [email protected]





בס"ד

טייכן טרערן. פילע אידישע קינדער האבן פארגאסן טרערן און פארפאסט א נאכט-שלאף אויף די ביטערע אומגליק. די חשובע פרוי וואס האט זיך אזוי ביטערליך געמוטשעט, מרת יוטא לאה שטיינמעץ עליה השלום, האט אויסגעהויכט איר נשמה לעצטן דינסטאג וישלח, נאך 18 חדשים ביטערע שמערצן און יסורים פון וואס יעדער האט געהאפט אז זי וועט זיך נאך קענען ערהוילן.

זי איז זיכער ארויף לגנזי מרומים אויסגעלייטערט פון אזויפיל מיטמאכענישן רח"ל, נאכן ליידן אויף א זעלטענע פאל פון די ביטערע מחלה (וואס מאכט זיך איינס אין א מיליאן!). אבער וואס ס'טוט זיך דא אויף דער וועלט מיט די קינדערלעך וואס זי האט איבערגעלאזט, דאס איז זייער ביטער צוצוקוקן.

גאנצע 18 חדשים זענען די קינדער געווען "לעבעדיגע יתומים". די מאמע איז אריין-און-ארויס פון שפיטאל, דער טאטע הי"ו האט נאכגעיאגט דעם זייגער צו קענען דעקן זיינע הויכע הוצאות אין די צייט וואס ער דארף באגלייטן דעם שווערן מצב פון זיין חשובע פרוי. און די קינדער? זייענדיג אן קיין מאמע אין שטוב, האבן זיי נעבעך געוואלגערט פון הויז-צו-הויז, אן קיין מעגליכקייט צו וואקסן אונטער א ווארימע פארטוך פון א מאמע, א קריטיש-וויכטיגע געברויך פארן נפש פון יעדעס קינד.

ליידער, נאך 18 חדשים זיך וואלגערן אין אזא מצב, איז געקומען די ביטערע בשורה אז... זי קומט מער נישט אהיים! "מאמי איז נישטא מער". און די קינדער? וואו זענען זיי יעצט? ס'איז שווער צו דערציילן. וויפיל מ'האט ביז היינט גענאסן פון 'טובות' פון איבערגעגעבענע נשים צדקניות, שכנים און באקאנטע, איז שוין אבער אצינד 'כלו כל הקיצין', ס'איז עק וועלט. אלע שרייען אז אויף די קינדער זעלבסט דערקענט זיך שטארק פון וואסערע ביטערע מצב זיי קומען, און ס'איז אוממעגליך אזוי אנצוגיין, מ'קען נישט און מ'טאר נישט צולאזן זיי זאלן ווייטער ארומוואלגערן אן קיין פראפעסיאנאלע באגלייטונג וואס זאל ראטעווען זייער מצב און זיי אראפשטעלן א לעכטיגער צוקונפט.

דאס איז שוין אויסער דעם פאקט אז ווילאנג מרת יוטא לאה ע"ה איז געזונט געווען, איז זי געווען די פרנסה ברענגער אין שטוב ווען איר מאן איז געזיצן און געלערנט, אזוי אז אין די לעצטע חדשים, טראץ זיינע איבערשטרענגונגען ארויסצוגיין ברענגען ברויט אין שטוב, איז געפאלן ביטערע חובות אויף זייער קאפ פון די פשוט'ע מינימאלע ווירטשאפט וואס מ'האט פרובירט אנצוהאלטן.

אלזא, זייער מצב איז קריטיש, און דער עתיד פון די קינדערליך אין אין א אמת'ע סכנה. איינער פון די הויפט עסקנים דערציילן אז ער האט אנגעטראפן איינער פון די גרעסערע קינדער, די יתומה'לע, שטיין און וויינען אויף דער גאס! - פשוט זי וויינט! זי איז פארלוירן און צומישט, מיואש און צוטראסקעט אויף אן אויסנאם פארנעם.

דעריבער נאכ'ן אפשאצן דעם גאנצן ביטערן בילד, האבן זיך צוזאמגענומען די חברים, נאנטע און באקאנטע פון די חשובע צובראכענע משפחת האבלים, און זיך צוזאמגענומען פלאנירן אן עמערדזשענסי רעטונגס אקציע. "מ'דארף טוהן עמערדזשענסי שריט בעפאר ס'ווערט א פראמענאנטע דעמעדזש ח"ו" איז דער ווייטאגליכער שפראך צווישן די עסקנים. ווייל אז נישט, וועט מען חס ושלום באוויינען 5 אידישע דורות פון די 5 יתומים!!!

וכסף מנלן? שטעלן א משפחה אויף די פוס מיט פראפעסיאנאלע הילף און א פינאנציעלער באזע, דאס באדייט היינט צוטאג פאנטאסטישע סומעס! וואו שאפט מען דאס געלט? – אויף די פראגע וועט כלל ישראל ענטפערן א תשובה אין די טעג!

אין די 36 שעה, פון דינסטאג ויגש 12:00 מיטאג ביז מיטוואך 12:00 אויפדערנאכט, וועט כלל ישראל עפענען דאס הארץ, ראטעווען דעם עתיד פון די 5 צוקלאפטע יתומים'לעך, און ווערן שותפים מיט'ן "אבי היתומים"!!!

יעדער איז אנגעשטערענגט, אבער יעדער שטרענגט זיך אן! יעדעס הארץ עפנט זיך נאכ'ן מיטהאלטן דעם שרעקליכן געשעעניש, אייער'ס אויך!

ובזכות זה וועט איר האבן לעכטיגע נחת פון אייערע אייגענע קינדערלעך, צו לאנגע געזונטע יארן אן קיין שום צער ועגמת נפש! תזכו למצוות.


וועד בעלי בתים 

אליעזר דוד איצקאוויטש I אביגדור בערקאוויטש I אברהם שמואל פרידלענדער


קאמפיין נומער:

845-273-8008


Show More

CAMPAIGN GOAL

$600,000

0% RAISED

$0

0 

Dryvers

search

No Dryvers to display

0 

Donations

search

No Donations Yet

Call our automated phone system

phone845-273-8008

Enter Amount

close
close
Amount
Billing
Payment
1
2
3

© 2021 All Rights Reserved | Privacy Policy

Dryveup.com | Powered by ClickandMarket