Campaign Goal: $750,000
Total Raised: $202,792
27%
Campaign Homepage
Team Page
(עסקני) מקומות הקדושים - פולין (7 dryvers)
Shendishov Poland (עסקני) מקומות הקדושים - פולין
Raised:
$844
Goal:
$36,000
Donors:
6
2%
7 Dryvers
Load More
Select Donation Amount
$360
זכות הזכרת השם (קוויטל וועט געשיקט ווערן בע"ה לקראת יוה"ק)
$1,800
זכות חלקי בחיים "יעדע אייניקל קויפט א חלק"
$3,600
זכות מליץ יושר
$5,000
זכות מגן אברהם
$7,200
זכות חלק בהצלה
$10,000
זכות שותף בהצלה
$18,000
זכות עמוד ההצלה
$26,000
זכות פטרון ההצלה
Payment arrow_forward
Take part in preserving the cemetery, The Hachnusas Oirchim, and the holy Tzion of Rabbi Avraham M'Shendishov Zy"A
In the years before World War II, The cemetery and the Tzion of Rabbi Avraham M'Shendishov Zy"A were known as a place where prayers were answered, and miracles unfolded. However, over time, neglect took its toll on this sacred site. It became nearly impossible to visit, say a prayer, or light a candle there.
In recent years, the Vaad Mishmeres Kdoshei Shendishov dedicated months of hard work, sweat, and dedication to restore the cemetery to its former status . We built a full beautifull Oihel for the Tzion, and we preserved the infamous mass grave where 500 Kedoishim were buried alive during the tragic years of World War II.
Let's come together and contribute to this important cause.
Our donations will make sure that this special cemetery, the mass grave, and the holy grounds around it are preserved for us and our Doirois to come.
In that Zchus the Tzadik will bless us with all Hashpues And a Ksivah Vachumah Toivah.
אדמת קודש הוא!
דער ביה"ח אין שטאט שענדישוב מקום מנוחת קדשו פונעם סבא קדישא הרב הקדוש רבינו אברהם משענדישוב זי"ע בן הרה"ק הרבי ר' יעקב ממעליץ זי"ע בן רביה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע, געפינט זיך אצינד אין א סכנה צוריק צו פאלן לידי זרים חלילה היל"ת.
דער הייליגער מקום איז פאר צענדליגער יארן ביזן קריג געווען א תל תלפיות פאר אידישע קינדער להפקד בדבר ישועה ורחמים, ווי דער צדיק איז געווען באוויסט בחייו מיט די גרויסע כח צו פועלן ישועות פאר אידישע קינדער ווי דער הייליגע ראדמישלא גאון שרייבט "הי' בכוחו להנהיג את כל העולם כולו עפ"י הנהגה שהוא למעלה מדרך הטבע וכמו שהיה ההנהגה בזמן שבית המקדש הי' קיים". אזוי אויך האט זיך אויסגעדרוקט דער הייליגער גארליצער רב, אז ''מען פארט קיין שענדישוב ווערט מען געהאלפן".
פאר לאנגע יארן איז דער ביה"ח געשטאנען אין א שרעקליך נאכגעלאזטער מצב און כמעט הפקר, און עס איז געווען אוממעגליך אפילו צו צינדן א ליכטל ביים ציון הק', און דאס הייליג מקום קודש הקדשים איז ליידער פארשוועכט געווארן דורך חית הארץ און דורך הפקר יונגען פון שטאט.
במשך השנים איז די מקום קדוש ליידער געווארן זייער פארלאזט און עס איז אנגעקומען צו א שרעקליכן מצב, אויף א פארנעם אז ידי זרים שלטו והעיר האלוקים היתה מושפלת עד שאול תחתי' רח"ל.
עס האט געריסן דאס הארץ צוצוקוקן דעם בזיון הקודש און במשך די לעצטע פאר יאר האט די וועד "משמרת קדשי עיר שענדישוב" אריינגעלייגט יגיעות עצומות פון דמי"ם תרתי משמע במלוא מובן המילה, ביז עס איז געלונגען צו אפראטעווען, איבערפרישן און איבערבויען דעם בית החיים אין שענדישוב, און אויפבויען דעם אהל הקדוש פונעם צדיק וקדוש בכבוד הראוי, ווי אויך אפראטעווען דעם קבר אחים פון די קדושי שענדישוב הי"ד, און בעיקר צוריקצונעמען דאס בעלות אויפ'ן גאנצן ארט, כדי נישט צו דערלאזן קיין הפקירות אויפ'ן הייליג מקום און צו קענען אהערשטעלן דאס פלאץ פאר אידן וועלכע ווילן קומען זיך שופך שיח זיין אויף אזא מקום קדוש. נאך א פארצויגענע מערכה און שווערע יגיעה במשך די פארגאנגענע פאר יאר איז געלונגען צו ראטעווען דעם הייליגן אדמת קודש דער ביה"ח און ציון הקדוש און אזוי אויך דעם מאסן קבר פון די הונדערטער קדושים הי"ד און ארויסנעמען די מקום קודש מידי זרים.
ואדעה כי אין זולתך לגאול!
כדי צו אנהאלטן די רעכטן אויף דעם ביה"ח איז מען עפ"י הוראת הגאוה"צ שליט"א אריין אין א קאנטראקט אויף דעם דערנעבנדיגן שטח און בנינים כדי צו קענען איינמאל פאר אלעמאל אראפשטעלן א פעסטן פוס אויפ'ן ארט, און גענצליך אפראטעווען דעם בית החיים – און אי"ה עווענטועל קענען צוריקשטעלן דעם גאנצן ביה"ח, גדר, אהל הקדוש על מכונו, ועל כולם צו קענען אנהאלטן דאס בעלות אויף דעם מקום קדוש.
אצינד שטייען מיר שוין עטליכע טעג בעפאר דעם באשטימטן דעדליין און די סכנה איז עד אין לשער! טאמער ברענגען מיר נישט אריבער דעם פולן סכום המקח מיינט עס אז מיר וועלן זיך ה"י טרעפן מיט הונדערטער טריט אויף צוריקצואוועגס, פארלירנדיג אלע כוחות וואס איז אריין, מיט צענדליגער יארן פון ארבעט און השתדלנות, ועל כולם אז דער מקום קדוש פונעם הייליגן פועל ישועות משענדישוב פאלט צוריק אין א שרעקליכע און באלדיגע סכנה, דורכ'ן גענצליך ארויספאלן פון אידישע הענט, און די פרעמדע עלעמענטן און פוילישע ארגאניזאציעס וועלן טון דערמיט וואס זיי ווילן שוין לאנג טון, און וואס זיי פלעגן אמאל טון, השם ירחם!
עס איז שרעקעדיג צו טראכטן וואס וועט פאסירן טאמער מיר לייגן נישט אראפ דעם גאנצן געלט פאר'ן מקח ביז א וואך-צוויי, וויאזוי עס וועט ח"ו אויסקוקן דער מקום קודש הקדשים פון רביה"ק הסבא קדישא משענדישוב זי"ע און די אנדערע צדיקים און קדושים אויפ'ן ביה"ח, כי המקום אשר אתה עומד שם אדמת קודש הוא.
לא יריעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי!
מיר קומען ארויס מיט א שטורמישע רוף צו כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם: די צייט ברענט!! מיר טארן נישט צולאזן צו פארשפילן דעם יעצטיגן קריטישן מאמענט, וואס וועט באשליסן דעם גורל פונעם ציון הקדוש פונעם מופת הדור דער הייליגער סבא קדישא פון שענדישוב זי"ע און דער גאנצער ביה"ח פון הונדערטער יארן מיט די קבר אחים פון די פינף הונדערט קדושים הי"ד דערנעבן! עס ליגט א חיוב און פליכט אויף אונז אלע זיך אנצושטרענגען מיט אלע כוחות און אינאיינעם ראטעווען דעם בית החיים.
מיט'ן הילף פון די חשוב'ע אייניקלעך פון רבינו הק' זי"ע און מיט'ן הילף פון גאנץ כלל ישראל, וועלן מיר בעז"ה בקרוב זוכה זיין אז עס זאל זיין 'ויקם השדה והמערה אשר בו לאברה"ם', און מיר וועלן בעזהשי"ת קענען האבן א אחוזה אויפן בית החיים, און פארזיכערן אז עס זאל ח"ו מער נישט קומען צו קיין בזיונות און חילול הקודש, אדער נאך ערגער ה"י.
דער זכות פונעם הייליגן צדיק און פועל ישועות וועט זיכער מגין זיין פאר אלע מצילים וועלכע נעמען זיך אן פאר זיין הייליג כבוד, ווי דער הייליגער ראדמישלער גאון דרוקט זיך אויס אויף רביה"ק: "ובטוח אני שיעמוד ויתפלל מעולם הלעיון כדכתיב ואברהם עודנו עומד לפני ה'", און דער צדיק וועט אודאי מכיר טוב זיין און די תורמים וועלן זוכה זיין צו אויסטערלישע ישועות, ורפואות, הצלחה ושפע רב בכל הענינים.
Show More
Campaign Goal: $750,000
Total Raised: $202,792
27%
Donate Now
6
Donations
Moshe Gotlieb
$180
4 hours ago
Comments: גיי אן מיט דיין הייליג ארבעט
ליבוש רוטטנער
$18
4 days ago
Comments: וועד הפועל קראקא
וועד פועל ישועות מאגלניץ
$250
6 days ago
Comments: די עסקני שענדישוב זענען א מוסר השכל פאר אלע אנדערע מקומות הקדושים, פון אנגיין מיט די גרעסטע מאס מסי"נ , עס איז זעכער אז די אבוה"ק וועלען באצאלען פי כמב מיט אלעם וואס מען וואנטש זיך
Moshe Katz
$36
6 days ago
Comments: חזק חזק keep your great work
Campaign Goal: $750,000
Total Raised: $202,792
27%
© 2023 All Rights Reserved | Privacy Policy
Dryveup.com | Powered by ClickandMarket
Comments: גיי אן מיט דיין הייליג ארבעט