Donate Now

arrow_back

Campaign Homepage

Team Page

Family Roth (2 dryvers)

Reb Leivyarrow_forward_ios Family Roth

Raised:

$0

Donors:

0

Multi Dryver Donation arrow_forward

Donate Now

Campaign Goal: $100,000

Total Raised: $8,817

8%

2 Dryvers in this team.

Select Donation Amount

בראשית

$2,500

נח

$1,800

לך

$1,800

וירא

$2,500

חיי

$1,800

תולדות

$2,500

ויצא

$1,800

וישלח

$1,800

וישב

$1,800

מקץ

$1,800

ויגש

$1,800

ויחי

$2,500

שמות

$1,800

וארא

$1,800

בא

$1,800

בשלח

$2,500

יתרו

$2,500

משפטים

$1,800

תרומה

$2,500

תצוה

$1,800

כי

$1,800

ויקהל

$1,800

פקודי

$1,800

ויקרא

$1,800

צו

$1,800

שמיני

$1,800

תזריע

$1,800

מצורע

$1,800

אחרי

$2,500

קדושים

$1,800

אמור

$2,500

בהר

$1,800

בחקתי

$2,500

במדבר

$1,800

נשא

$2,500

בהעלתך

$1,800

שלח

$1,800

קרח

$1,800

חקת

$1,800

בלק

$1,800

פנחס

$1,800

מטות

$1,800

מסעי

$1,800

דברים

$1,800

ואתחנן

$2,500

עקב

$1,800

ראה

$2,500

שופטים

$1,800

כי

$1,800

כי

$1,800

נצבים

$1,800

וילך

$2,500

האזינו

$2,500

זאת

$2,500

עמוד

$360

248 available of 248

חצי עמוד

$180

124 available of 124

פסוק

$36

5,845 available of 5,845

תיבה

$18

79,979 available of 79,980



בס"ד סיון תש"פ לפ"ק

וְנָתַתִּי לָהֶם בְּבֵיתִי וּבְחוֹמֹתַי יָד וָשֵׁם טוֹב מִבָּנִים וּמִבָּנוֹת שֵׁם עוֹלָם אֶתֶּן לוֹ אֲשֶׁר לֹא יִכָּרֵת:

דער פארגאנגענעם י"ג ניסן איז טראגיש און פלוצלינג אוועקגעריסן געווארן פון אונז, אונזער טייערע עלנדער פריינד רבי לוי אילאוויטש ז"ל, אין עלטער פון 73 יאר. נישט איבער-לאזנדיג קיין קומענדיגע דורות, צום באדויערן פון אלע זיינע באקאנטע און נאנטע.

רבי לוי איז געבוירן געווארן אום כ"ה תמוז תש"ז אין שטאט קאשוי צו זיין חשוב'ן טאטן ר' חנניה יו"ט ליפא ע"ה, א תלמיד פונעם עצי חיים, רבי שאול בראך, און הגה"ק מווישאווא זי"ע. קומענדיג קיין אמעריקא האט רבי לוי געלערנט צו ערשט אין די קאשוי ישיבה, און שפעטער אין ישיבת חכמי לובלין ביי הגאון רבי שמואל וואזנער זצ"ל, אין בני ברק. דארט האט ער זיך אנגעקניפט קיין וויזניץ, און זיך געווייקט ביי רבינו הק' בעל אמרי חיים זי"ע, און שפעטער ביי הגה"ק בעל ישועות משה זי"ע.

י"ג אלול תשכ"ו האט רבי לוי חתונה געהאט מיט זוגתו האשה החשובה מרת שפרינצא ע"ה בת הרה"ח ר' משה צבי הלוי ראטה ז"ל, און צוזאמען האבן זיי אויפגעשטעלט א בית של חסד והכנסת אורחים, ליידער האבן זיי נישט זוכה געווען להעמיד דורות, אבער טראץ דעם איז רבי לוי געווען באקאנט מיט זיין שטענדיגן שמייכל, אלעמאל מונטער און גוט אויפגעלייגט. מיט דעם לאזונג וואס איז געווען מרגלא בפומיה שטענדיג:

"ווען איך וואלט געהאט כח, וואלט איך געלאפן אין די גאסן, און איך וואלט געשריגן הויך, יישר כח, באשעפער!"

פאר צוועלף יאר צוריק, י"ז שבט תשס"ח, איז נפטר געווארן מרת שפרינצא בת ר' משה צבי הלוי עליה השלום, איבערלאזנדיג רבי לוי אליין אויף דער וועלט, רבי לוי איז אבער ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין שמחה און עבודת השם, נוח לשמים ונוח לבריות, זוכנדיג ווי אימער ער קען דערפרייען אן אנדערן.

דעם פארגאנגענעם חודש ניסן איז רבי לוי אנגעשטעקט געווארן מיטן שווערן קאראנא ווירוס, און נאך עטליכע טעג ביום י"ג ניסן תש"פ האט ער געכאפט אן הארץ אטאקע, און האט ליידער צוריק געקערט זיין לעכטיגע ריינע נשמה צום הייליגן באשעפער.

דער אנדעק פונעם אנגענעמער שמייכל פון רבי לוי בלייבט אבער מיט אונז, און עס איז געבליבן א פליכט און א זכות פאר אונז צו פאראייביגן דעם לעכטיגן זכר פון ר' לוי ב"ר חנני' יו"ט ליפא ז"ל, וזוגתו מרת שפרינצא ב"ר משה צבי הלוי ע"ה.

דעריבער האבן זיך אנגעגארטלט א צאל עסקנים צו שרייבן א ספר תורה לעילוי נשמתם הטהורה, עס זאל בלייבן פאר זיי א שטענדיגע אנדענק, און כדי די זכויות פון אלע ברכות וקריאת התורה, זאלן ביישטיין פאר זייער לעכטיגע נשמה זיי זאלן ווייטער קענען גיין מחיל אל חיל בגן עדן פון איין היכל עליון צום אנדערן.

בעטן מיר אייך טייערע ידיד נאמן: קויפט א חלק אינעם ספר תורה

  • ר' לוי האט אונז שטענדיגט דערפריידט מיט זיין שמייכל

לאמיר יעצט דערפרייען זיין ריינע נשמה

  • ר' לוי האט שטענדיג געצינדן ליכט פון קינדערלאזע נשמות

לאמיר יעצט טוהן פאר זיין קינדערלאזע נשמה

  • ר' לוי האט שטענדיג געטוהן נאר וואס איז א נחת-רוח פארן בורא

לאמיר יעצט טוהן א נחת-רוח פאר זיין לעכטיגע נשמה

לאמיר איינקריצן א שטענדיגע אנדענק פאר זייערע ריינע נשמות.

וְלֹא יִכָּרֵת שֵׁם הַמֵּת מֵעִם אֶחָיו וּמִשַּׁעַר מְקוֹמוֹ...


Show More

Donate Now

Recent Donations (0 Total)

No Donations Yet

Campaign Goal: $100,000

Total Raised: $8,817

8%

Enter Amount

close
Amount
Billing
Payment
1
2
3

Donate Now

© 2020 All Rights Reserved | Privacy Policy

Dryveup.com | Powered by ClickandMarket