Campaign Goal: 1,000 Members
Total Raised: 990
99%
Campaign Homepage
Dryver
Rank
23
Dryver Page
ברוך יחזקאל אברהם גרינבוים - חטיבה אחת
RCCS Monsey שיכון סקווירא ברוך יחזקאל אברהם גרינבוים - חטיבה אחת
Goal:
10
Members:
13
0%
112 copay card sponsored
This Dryver has raised $6,350
Select Donation Amount
$12,000
PARENT / CHILD POLICY
($1,000 per month)
$9,000
HALF YEAR FAMILY POLICY
($750 per month)
$6,000
FULL YEAR SINGLE POLICY
($500 per month)
$3,600
QUARTER YEAR FAMILY POLICY
($300 per month)
$1,800
QUARTER YEAR SINGLE POLICY
($150 per month)
$1,500
ONE MONTH FAMILY POLICY
($125 per month)
$1,200
TWO MONTH SINGLE POLICY
($100 per month)
$864
ONE WEEK SINGLE POLICY
($72 per month)
Payment arrow_forward
חשוב'ער און טייערער אינגערמאן נ"י
עס איז זיכער אז עס מאכט זיך ביי אייך, ווען איר טרעפט זיך צייט צו אויפהייבן די אויגן צום הימל, און לויבן, דאנקען אז מ'האט זוכה געווען צו אויפשטעלן א 'נייע' שטוב אין די לעצטע פאר יאר. אויב קוקט מען זיך גוט ארום זעט מען אויף טריט און שריט די געוואלדיגע חסד ה' וואס ער האט אונז געגעבן אין אונזער בית חד"ש וואס מיר שטעלן אויף.
אבער ווי איר זענט געוויס באקאנט – און האפנטליך נישט פון דער נאנט – איז דא הייזער וואס עפעס 'ניי' איז נישט די בעסטע און געשמאקסטע טערמין. ביי זיי איז עס א 'נייע קעיס', און א נייע נסיון, א נייע קייט פון 'חדשים' וואס מען וואלגערט זיך אין שפיטעלער
מיט גרויס ווייטאג און שטערבליכע יסורים. ליידער ליידער מאכט זיך כסדר אז נאך א איד ווערט דיאגנאזירט מיט די שרעקליכע און ביטערע מחלה ה"י, און עס האלטן אין איין וואקסן פרישע קעיסעס פון נאך א חולה ישראל וואס מוטשעט זיך ליידער גאר שטארק מיט איין שרעקליכע טעראפי און אפעראציע נאכ'ן אנדערן, בשעת וואס די גאנצע משפחה זיצט מיט אנגסט און שרעק, באנעצנדיג דאס תהילמ'ל מיט א געבעט אז זייער נאנטער זאל האבן א רפואה שלימה.
דורכאויס די יארן האט זיך שוין רופא חולים געשאפן פילע הונדערטער 'ספאנסערשיפס' פון אידן נדיבי לב. דער מצב איז אבער ווייט פון גוט. די נומער פון קעיסעס וואקסט כסדר, און אין די זעלבע צייט שפירט זיך עס גוט אין די קאסע פון 'רופא חולים', ווען די הוצאות שטייגן אויף גאר א גרויסע פארנעם, און מען קען פשוט נישט נאכיאגן צו העלפן די אלע חולים וועלכע וואלגערן זיך מיט געפערליכע יסורים אויף זייער קראנקען-בעטל!
דערפאר האבן מיר פארלאפענעם יאר אויפגעשטעלט א ספעציעלע קאמפיין פאר יונגע יונגעלייט מיט'ן נאמען 'חדשים', מיט'ן ציל אריינצוברענגען א פרישן כח פאר יונגע נדבנים וואס זאלן ווערן מעמבערס אין דעם 'חדשים' קאמפיין, כדי מיר זאלן קענען
נאכקומען דעם וואוקס פון חולי ישראל ה"י, און ב"ה בלויז אינעם ערשטן יאר גדלו והצליחו וגם עשו פרי, מיר האבן זוכה געווען צווישן אלע געגנטער אריינצוברענגען איבער א מיליאן דאלער פון פרישע געלטער בלויז פון יונגע נדבנים.
ועתה על של עתה באנו, אצינד טרעטן מיר אריין אינעם צווייטן יאר פון חדשים אונטער'ן מאטא פון 'מחדש חדשים', און מיר האבן פריש מאביליזירט א באזונדערע שטאב מיט עסקנים פון יעדן יארגאנג, וואס וועלן אי"ה נאכגיין די חשוב'ע אינגעלייט, וואס וועלן בעז"ה אנטקעגן קומען מיטן גאנצן הארץ די ליבע און צובראכענע 'נייע' חולי ישראל ה"י, און זיכער מאכן צו ספאנסערן א קעיס פאר בלויז $36 א חודש וכל המוסיף מוסיפין לו.
דאס איז בעז"ה א פארזיכערטע שמירה עליונה קעגן אלעם בייזן, ווי חז"ל זאגן 'כל המרחם על הבריות מרחמין עליו מן השמים', ס'ממש א שפאט-ביליגע אינשורענס וואס יעדע דאלער קומט אן גלייך צו די אויסגעמאטערטע חולי ישראל, גלייכצייטיג א געוואלדיגע סגולה און שמירה עליונה צו אויפשטעלן א הערליכע אידישע שטוב, און זען אסאך נחת, פרנסה בריוח, און בעיקר אז יעדער זאל זיין געזונט און שטארק בס"ד.
אלס א ספעציעלע הכרת הטוב, ערווארט אייך אן אויסטערליש עלעגאנטע דינער נאכט, אויף א זעלטענעם פארנעם, ספעציעל פאר די אנגעשלאסענע אינעם 'חדשים' פראיעקט. דער מעמד וועט פארקומען אי"ה דאנערשטאג פ' חיי שרה כ"ג חשון הבעל"ט, וואס אנטשפרעכט בס"ד אן עקספיריענסד וואס איר האט שוין לאנג געחלומ'ט מיטצולעבן.
מיר קוקן גאר שטארק ארויס אז מע"כ נ"י וועט זיך צושטעלן צוזאמען מיט די גרויסע צאל פון חשוב'ע פרישע אינגעלייט וואס טוען זיך אנשליסן אין די "חדשים" פראיעקט, צו דעקן די ליידער-פראמערטע 'פרישע' קעיסעס.
אין דעם זכות וועט איר נהנה זיין פון אויסטערלישע זאפאסן אין אייער בית מלא ברכת השם, מיט געזונט, פרנסה, נחת, השפעות טובות און אלעם גוטן, ביז דער רופא לשבורי לב וועט זיך שוין דערבארימען אויף אונז און שיקן וואס שנעלער דער גואל, וואס וועט היילן אלע אידישע צעבראכענע חולים בקרוב.
מיט דאנק,
הנהלת רופא חולים

Show More
112 copay card sponsored
Campaign Goal: 1,000 Members
Total Raised: 990
99%
This Dryver is part of "שיכון סקווירא" team
Go to Team PageDonate Now
17
Donations
יוסף מרדכי ראזענבערג
$20
1 year ago
חיים יושע פריעזל
$72
1 year ago
בנימין סיגלער
$20
1 year ago
מרדכי פינחס גאלדמאן
$400
1 year ago
יעקב יוסף שפירא
$432
1 year ago
יוחנן האכייזער
$360
1 year ago
חזקי גרינבוים
$432
1 year ago
שלום נח גרינבוים
$540
1 year ago
ישראל מארגרעטן
$50
1 year ago
יחיאל דירענפעלד
$432
1 year ago
מרדכי אונגער
$432
1 year ago
יעקב צימענד
$432
1 year ago
יעקב יוסף גרינבוים
$432
1 year ago
מנחם צבי ברילל
$432
1 year ago
מאיר ראזנבלום
$432
1 year ago
Shmiel Chaim Schwartz
$432
ONE WEEK FAMILY POLICY ($36 per month)
1 year ago
Shie Greenwald
$1,000
RCCS Medical Copays Debit Card
1 year ago
Campaign Goal: 1,000 Members
Total Raised: 990
99%
בילדער פונעם אסיפת עסקני אברכי מאנסי/סקווירא לטובת דעם מחדש חדשים קאמפיין
© 2023 All Rights Reserved | Privacy Policy
Dryveup.com | Powered by ClickandMarket