IMAGINING EVERY BACHUR AS AN ONLY CHILD
To Yiddishe parents, every child truly is an only child — an entire world, in fact. Nesivos Hatorah in Monsey was built upon this premise, treating every bachur like the previous diamond they are and helping them grow up to be Torah learners who will lead the next generation.
You see, Nesivos Hatorah isn’t merely a yeshiva; it is a bastion of Torah, a home of futures, and a space where the sole guiding factor is what each bachur needs to reach higher in his limud haTorah and avodas Hashem.
The yeshiva was founded by Harav Shlomo Zifer Shlit”a, who himself learned at the feet of gedolim in Israel and helped establish a number of leading yeshivos in the holy land. Upon coming to New York, he threw himself into this mission and set out to build a yeshiva that wouldn’t treat bachurim as a commodity anymore, but as a ‘Ben Yachid.’
With the help of a tireless group of mechanchim, Nesivos Hatorah has quickly earned its place among the most prominent yeshivas of our time. But, as can be imagined, this path did not come easy — or cheap.
Today, the yeshiva turns to Klal Yisroel with a plea: help us succeed in our mission — not for us, but for the many bachurim, past, present, and future who will reach great heights at Nesivos Hatorah.
Connect to the Eitz Chaim. Brighten their lives and enrich yours.
The zechus is unmatched!
Tizku Lemitzvohs
"ישיבת נתיבות התורה" איז נישט בלויז נאך א ישיבה, נאך א מקום תורה וואו בחורי חמד זיצן און לערנען, ישיבה נתיבות התורה איז א מוּשָׂג! א גאנץ אנדערע און טיפע דערהער! אדרבה, אויב האט איר נאכנישט געהערט דערפון דאן פרעגט אייך נאך און איר וועט שוין איינמאל הערן, פון די צענדליגע צופרידענע עלטערן און תלמידים וואס זענען עדות איבער די זעלטענע בית היוצר לאהבת תורה ויראת שמים, וואס שיינט און לייכט אינעם עיר ואם בישראל מאנסי לשם ולתפארת.
די ישיבה איז א תל תלפיות וואס ציעט צו זיך די שענסטע און בעסטע תלמידים, בחורי חמד וואס זיצן על התורה ועל העבודה, און ווערט געפירט אונטער די הדרכה און אויפזוכט פונעם חשוב'ער ראש ישיבה שליט"א הרב הגאון המפורסם רבי שלמה ציפער שליט"א וועלכער האט אוועקגעשטעלט עטליכע חשוב'ע און גרויסע ישיבות אין ארץ הקודש, זייענדיג אליינס א תלמיד חכם און א מחנך נפלא, א 'כלי ראשון' וואס האט זוכה געווען מקבל צו זיין הדרכה פון פילע גדולי ישראל ראשי ישיבות און מרביצי תורה נאך פונעם פריערדיגן דור.
נאכן זיך אריבערציען קיין אמעריקא איז דער חשוב'ער ראש ישיבה אריינגעשפרינגן אינעם פראיעקט צו עפענען א נייע ישיבה קטנה וואס וועט באמת זיין א חידוש אין די עולם התורה והישיבות, א ערנסטע מקום תורה וואו מ'וועט זיך אפגעבן מיט יעדן תלמיד באזונדער, מ'וועט אויסארבעטן און שלייפן יעדן דיאמאנט מיט די פולסטע מאס פונקטליכקייט. כך הוה, די ישיבה איז געווארן א פאקט, און מיט זיין זעלטענע קלארקייט און פארשטאנד אינעם פעלד פון חינוך און הרבצת התורה און מיט זיין נאנטע קשר צו די חשוב'ע בחורים איז דער ראש ישיבה זוכה אריינצושיינען אין זיי אהבת תורה און זיי העלפן וואקסן און שטייגן לתפארה צו זייערע העכסטע דרגות און צו א זעלטענע שלימות.
אינאיינעם מיט די צוות הישיבה, די אויסגערופענע שטאב פון מגידי שיעורים און כלי קודש אינערהאלב די ישיבה וועלכע לערנען פאר שיעורים אין גמרא בעיון ובבקיאות, חומש רש"י, הלכה, מוסר, און זענען מקיים "חנוך לנער על פי דרכו" אבער נישט בלויז ווי א מליצה, נאר אלס א דרך החיים, א שיטה, און א יסוד, מיט וואס די ישיבה פירט זיך, יעדער תלמיד ווערט באגלייט ווי א 'בן יחיד' צו קענען ארויסברענגן זיינע שענסטע און בעסטע כוחות, סיי אין התמדת התורה, ידיעות התורה, הבנה, עמקות, בין אדם לחבירו, און ועל כולם יראת שמים און עבודת השי"ת. און ווי עס זעען זיך שטארק אן די הערליכע פירות אז אין בלויז א קורצע צייט אפשניט האט שוין די ישיבה זיך קונה שם געווען אלס איינס פון די בעסטע ישיבות אין מאנסי, און די פארלאנג אויף ווייטער איז גרויס.
אצינד איז די ישיבה ארויסגעקומען מיט א רוף צו אחינו בני ישראל הנדיבים, אויסצושטרעקן א האנט און זיך אנשליסן צווישן די תמכין דאורייתא פאר די הערליכע תורה אימפעריע. כלל ישראל דערהערט דעם רוף און איז אנטשלאסן צו לינדערן דעם שווערן עול וואס ליגט אויף די פלייצעס פון די איבערגעגעבענע הנהלת הישיבה און דער ראש ישיבה, כדי ער זאל קענען ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש אומגעשטערט, צו האבן די נויטיגע שלוות הנפש זיך אפצוגעבן ריכטיג מיט די תלמידים, און איינפלאנצן זיין שלהבת אש קודש אין די יונגע הערצער. יעצט איז די צייט! איר קענט האבן א חלק און א שותפות אין דעם הייליגן מבצר התורה ויראת שמים, און זיך קויפן א אומגעהויערע זכות וואס וועט אייך שטענדיג באגלייטן. כאפט אריין די געלעגנהייט און רופט זיך אן מיט אייער ברייטהארציגע שטיצע, און די תורה הקדושה וועט אייך געוויס נישט שולדיג בלייבן.
Show More
Goal Has Successfully Been Met!
Thank You To Our Generous Donors!
CAMPAIGN GOAL
$180,000
101% RAISED
$0
Donate Now
84
Dryvers
Load More
1,954
Donations
Phone Donation
$100
2 months ago
Schlomo pinkasovits
$18
2 months ago
With חיים מאיר שטיינבערג
Comments: To my best nephew, from moshe pinkasovits
Load More
© 2023 All Rights Reserved | Privacy Policy
Dryveup.com | Powered by ClickandMarket
Comments: חיים מאיר תזכה לראות נחת מיו"ח