Donate Now

arrow_back

Campaign Homepage

Dryver
Rank
279

Dryver Page

Lev Tahor Survivors

Mission arrow_forward_ios Lev Tahor Survivors

Raised:

$151

Goal:

$100,000

Donors:

10

0%

THE CULT OF PURE HEARTBREAK

Around 35 years ago, a new kehillah was founded with the beautiful name of Lev Tahor (“Pure Heart”). 

Promising its members an elevated lifestyle, supporting “the true ways of the Torah”, they at first attracted well-meaning people who desired for a higher level of living.

Their views seemed extremist, and the community’s practices were downright strange and new — leading the Gedolim to immediately renounce the sect. But sadly, no one dreamed that it would one day be anything more than a passing craze.

And although people knew of the group’s shiftiness, few realized that allowing them to continue with their “community” could have such devastating effects.

Alas, we stand here now 35 years later, with hearts filled with deep regret over our previous inaction.

Things have only regressed further, with the distancing of the standard Jewish communities — because they are on a holier level — and with the forced keeping of distance from anyone outside of their own, families notwithstanding… unless it is with permission or to solicit funds for their operations.

They have rewritten halachos and customs — ostensibly in keeping with the ways of the Avos — and have adopted their own manner of dress, names, and kashrus standards. But how can they enforce such strange rules? By publish their own sefer called Kli Orev (כליא עורב) convincing their people that all the other sefarim are wrong, and that Moshiach will arrive to their own doorstep only.

What about the women and children?

What children?! They are treated like adults, being included in the hair-raising punishments meted out to members, such as public flogging and shaming ceremonies.

At the young ages of 12 and 13, they are forcibly set up for marriage, bearing children and continuing “in the ways of our forefathers 2000 years ago”.

In addition to their unhealthy physiques and meager diets due to their “kashrus concerns”, the women and children are subject to fasting and pain-inflictions to “atone” for their seemingly many sins, including months-long enforced silence.

Their many crimes, including the kidnapping of escapees’ children, have led some of their leaders to serving tens of years in US prisons, from where they still control the cult by phone. The rest of the cult has since fled to South America where they live in squalid conditions among locals who believe them to be authentic Jews.

But no longer! Their bitter cries are being heard!

The world has woken up to the children’s horrifying plight, and the authorities have moved in to save 160 minors from their clutches.

The horrific abuse of all forms, in the name of sanctity, is evident on these innocent children — many of whom have spouses and children of their own — and the stories they recount are too disturbing to print.

This is only the beginning, but we must remember that although these children are now out of danger, they are still separated from their parents.

Our hope and belief is that once these children are temporarily placed with warm and caring Jewish families, the parents will be convinced to leave the cult of Lev Tahor behind.

Understandably, all this costs a fortune, with lawyers, therapy, housing, food, transportation, education, and all it takes to ensure these precious children are safely placed and well-provided for.

We desperately need your help, and look forward to your donations.

THIS IS NOT “OUR” MITZVAH, THIS IS “EVERYONE’S MITZVAH!”

The rabbanim have ruled that all should contribute at least the amount of $160, to literally save lives, physically, mentally, emotionally, b’gashmius and b’ruchniyus.

Remember what Chazal say:

”He who saves a life, is as if he has saved a whole world.”


ארויס פון בבל

 

מיט פינף-און-דרייסיג יאר צוריק, האט זיך געגרינדעט דאהי אין אמעריקע א נייע קהילה, אונטערן שיין קלינגענדיגע נאמען "לב-טהור".

די קהילה האט זיך פארגעשטעלט אונטערן אומשולדיגע שלייער, אלס אן ערליכע חברייא פון יונגעלייט, אזוי ווי אסאך אנדערע חבורות פון מבקשים ועובדי ה', וועלנדיג זיין נאנטער צום אויבערשטן און לעבן מיט א גרעסערע זהירות בהלכה ובעבודת-השם.

גדולי ישראל און ערליכע אידן, האבן תיכף פארשטאנען אז די דאזיגע קבוצה איז אנדערש פון אנדערע חבורות, און אונטער דעם פרומען שלייער באהאלט זיך שלעכטסקייט און פארדארבנקייט. אבער טראצדעם וואס זייער מאדנע ערשיינונג און דעם ניי-אויפגעטראכטע דרך, האט שוין פון אנהויב אן ארויסגעברענגט התנגדות פון גדולי-ישראל, האט מען דעמאלס נאכנישט באגרייפט ווי ווייט דער קרומער גאנג און דער פאלשער דרך קען אנקומען.

אידן האבן שוין דעמאלס געוואוסט צו זאגן אז מען דארף שטיין ווייט פון דעם דאזיגן פלאץ, אבער מען האט נישט באגריפן, אז טאמער וועט מען זיי לאזן ווייטער אנגיין מיט די חבורה, וועט עס קומען צו גאר הארבע און שווערע נאכפאלגן.

אט שטייען מיר אצינד היינט, פינף און דרייסיג יאר שפעטער.

אצינד קלאפן מיר זיך על חטא און מיר באוויינען דעם פאקט, אז מיר האבן נישט גענוג געטון דאס אויסצורייסן ממחנינו.

במשך די יארן האבן זיך זאכן דראסטיש פארערגערט, בשעת די קבוצה זוכט זיך אפצוטיילן פון כלל-ישראל, טוישנדיג פילע יסודות פונעם דרך היהדות הצרופה לנו מדור דור, א שטייגער ווי שם און לבוש, ווי אויך כשרות.

א גרויסער דגש ווערט געלייגט, אפצוהאקן די מענטשן פון די אלגעמיינע גאס. דערפאר איז פארהאן א תקנה אז מען טאר נישט רעדן מיט מענטשן פונדרויסן, סיידן מיט רשות פון די הנהלה אדער אויב מען וויל בעטן געלט פאר די קהילה.

אלע תורות און דרשות אויפן ארט, זענען בגנותם של כלל-ישראל, זאגנדיג אז די איינציגסטע אידן זענען זייער קהילה און בלויז צו זיי וועט משיח קומען. פאר די יונגווארג פארקויפט מען שקרים איבער חסידי'שע אידן יראים ושלמים, זאגנדיג אז אלע זענען פון די ערב-רב, אריינגערעכנט די רבנים און צדיקים וואס זענען פארהייליגט ביי גאנץ כלל-ישראל.

איי, וואס טוט מען מיט אלע מאדנע הנהגות און איינפירונגען, וועלכע זענען נישט אין איינקלאנג מיט די תורה-הקדושה ודברי חז"ל? – נישט קיין פראבלעם, לב-טהור האט אדאפטירט א נייער מהלך, אז אלע אונזערע ספרים זענען מזויף און דורכגעפעסטעט מיט פעלשונגען און טעותים. א באזונדערע ספר איז דערויף ארויסגעקומען, מיטן נאמען "כליא עורב", וואו עס ווערט ארויסגעברענגט אז מיר גייען בדרך טעות, וויבאלד אלע ספרים זענען פאלש, עפ"ל.

דער עיקר צער און ווייטאג, איז צו זען די מיטמאכענישן פון די צאן-קדשים, די קינדער און בחורים אויפן ארט, ווי אזוי זיי ווערן געפייניגט און געפלאגט על לא עול בכפם, בלויז פאר די איינע סיבה זיי צו קענען אראפקלאפן און דערנאך זיי צו קאנטראלירן כאוות נפשם הטמאה.

די קינדער אויפן ארט ווערן געשלאגן און געפייניגט פיזיש און גייסטיש, אראפקלאפנדיג זייער מאראל צו א קלימאקס. די שטראפן וואס די קינדער מאכן דארט מיט, זענען האר-אויפשטעלנד און אומבאגרייפבאר. עס איז נישט קיין זעלטענע זאך אין לב-טהור, אז איינער זאל אויספלאצן מיט א נערוון אויסברוך רח"ל.

ליידער איז עס שוין היינט נישט קיין סוד, אז צאן קדשים גייען דארט אריבער נידעריגע מאמענטן, בשעת זייער קדושה וטהרה ווערט פארשוועכט פאר די תאוות פון נידעריגע עלעמענטן. עס איז ווייטאגליך צו זען ווי אזוי מען נעמט אוועק זייער תמימות אין אזא יונגן עלטער און מען הרג'עט זיי גייסטיש אויפן גאנצן לעבן.

דאס דארפן נעבעך ערליכע אומשולדיגע קינדערליך אריבערגיין? – קענען מיר שווייגן שטיל, ווען מיר ווייסן וואס עס פאסירט מיט תינוקות-של-בית-רבן, וואס אויף זייערע הבל פיהם שטייט די גאנצע וועלט?

ווער רעדט נאך פון דאס געזונט צושטאנד פון די פרויען און קינדער. אויב איז נישט גענוג די טעגליכע ארעמע דייעטע, בשעת מען טאר גארנישט עסן מיטן אויסרייד פון כשרות, גיבט מען צו כסדר תעניתים און סיגופים פאר די אומשולדיגע קינדערליך און פרויען, כדאי צו "מכפר" זיין אויף זייערע חטאים. אלס צוגאב שלינגט מען עס אראפ מיט א מלקות צו דער זייט, אדער מיט א תענית-דיבור במשך עטליכע חדשים.

פון די טיפענישן פון זייער צער, שרייען ארויס צו אונז הונדערטע קינדערליך. זייערע אומהערבארע קולות מאכן טויב אונזערע אויערן, שרייענדיג צו אונז, "ראטעוועט אונז, העלפט אונז"...

ווער רעדט נאך פון זייער גייסטישע אביוז און די שווערע רוחניות'דיגע נאכפאלגן מיט וועלכע זיי ספראווען זיך, בשעת אידישע פרויען און קינדער ווערן דארט פארשוועכט באופן מבהיל, אונטערן קרומען שלייער פון תורה און אידישקייט.

דאס טארן מיר נישט צולאזן – מיר מוזן שרייען דערויף בכל לשון של מחאה וקול.

אונזער קול וועט זיין די הילף וואס מיר וועלן געבן פאר די צאן קדשים.

אצינד האט די רעגירונג גענומען שריט, און צוגענומען פון דארט 160 קינדערליך, תינוקות של בית רבן אשר לא טעמו טעם חטא.

דאס איז בלויז א הצלה פורטא און אן אנהויב פון א ישועה, אבער אויב מיר וועלן נישט צוענדיגן די ארבעט בשלימות, וועלן מיר גארנישט האבן אויפגעטון.

מיר דארפן געדענקען, אז בשעת פון איין זייט האט מען זיי טאקע אוועקגענומען פון דעם ארט, האט מען זיי אבער פון די אנדערע זייט אפגעטיילט פון זייערע עלטערן, בשעת זיי געפינען זיך יעצט באזונדער, ווייט פונדערהיים.

אונזער מטרה איז צו ענדיגן די ארבעט בשלימות. מיר ווילן זיי ארויסנעמען פון דעם ביטערן ארט, אבער אינאיינעם מיט דעם זיי צוריקצוברענגען צו זייערע טאטעס און מאמעס. אויב די קינדער וועלן זיך געפינען אין פרומע הייזער, אינאיינעם מיט אידן שומרי תורה ומצוות, איז עס צום האפן אז די עלטערן וועלן נאכקומען די קינדער און אלע אינאיינעם וועלן זיך געפינען אינדרויסן פון לב-טהור.

פארשטייט זיך אז דאס קאסט תהומות מיט געלט. עס קאסט לויערס, טראנספארטאציע, דירות, עסן, שכר-לימוד, טעראפי, פיזישע און גייסטישע הילף צו פלאצירן די קינדער, זיי צו באגלייטן אין די ערשטע תקופה, ביז מען וועט זיי וועלן זיך געפינען אוועקגעשטעלט ברוחניות און בגשמיות.

מיר דארפן אייער הילף, מיר קוקן ארויס אויף אייער מיטארבעט.

דאס איז נישט "אונזער" מצוה, דאס איז "כלל ישראל'ס" מצוה.

על פי הוראת הרבנים, האט מען מחייב געווען יעדן איד צו באשטייערן לפחות דעם סכום פון 160 דאלער. פארשטייט זיך אז ווער עס קען געבן מער, איז מחויב צו געבן וויפיל ער קען צו ראטעווען די נפשות האומללות, און עווענטואל צו ענדיגן דעם מקום המנעץ את השי"ת.

געדענקט!

וכל המקיים נפש אחת מישראל, כאילו הציל עולם מלא.


Show More

Original Goal: $1,600,000

Bonus Goal: $2,000,000

129%

12,063

Donors

$2,066,619

Raised

Donate Now

10 

Donations

search

Anonymous

₪20

1 year ago

Anonymous

£12

1 year ago

Anonymous

$25

1 year ago

פנחס

$26

1 year ago

yaakov

$5

2 years ago

Comments: U will succeed

shloimy trieger

$3

2 years ago

Comments: Keep going strong

Anonymous

₪18

2 years ago

Comments: מאח שלך

Anonymous

$54

2 years ago

Anonymous

₪10

2 years ago

Anonymous

$10

2 years ago

Original Goal: $1,600,000

Bonus Goal: $2,000,000

129%

12,063

Donors

$2,066,619

Raised

Enter Amount

close
Amount
Billing
Payment
1
2
3

Donate Now

© 2026 All Rights Reserved | Privacy Policy

Dryveup.com | Powered by ClickandMarket