Donate Now

arrow_back

Campaign Homepage

Dryver Page

Hershy Weinberger

Life arrow_forward_ios Hershy Weinberger

Raised:

$7,457

Goal:

$7,000

Donors:

115

106%

Donate Now

Original Goal: $80,000

Bonus Goal: $90,000

Total Raised: $89,380

111%

איך וויל....

איך וויל נאך סטיומילעס...

איך וויל א שיינע קאר...

איך וויל קויפן א זומער היים...

אויב איז דאס וואס "איר" ווילט, זאלט איר נישט אויפהערן דאנקן דעם גרויסן באשעפער פאר אלע זיינע חסדים וואס ער טוט מיט אייך און אייער פאמיליע.

אבער דער "איך וויל" פון אונזער טייערע חבר וידיד נאמן, איז גאר עפעס אנדערש, נישט קיין לוקסוס, נישט נאך עפעס א זייטיגע זאך, אדער עפעס וואס מען קען זיך באגיין אן דעם.

"איך וויל לעבן..."

דאס איז וואס ער וויל, און דאס איז אויף וואס ער מאכט נאס זיין קישן יעדע נאכט פאר די לעצטע צוויי יאר, ער וויל בלויז פשוט לעבן, זיין א געזונטע מענטש, א געזונטע איד, א געזונטע טאטע, און א געזונטע חבר פאר וועם מען דארף נישט שאפן קיין געלט אדער מאכן קאמפיין'ס...

עס גלישט זיך ארויס א טרער, ווען מיר וויקלען אויף די היסטאריע ווי אלעס האט זיך אנגעהויבן אין יענע ביטערן טאג, פאר אומגעפעהר צוויי יאר צוריק, ווען אונזער אלעמען באקאנטע ברודער און חבר לרפו"ש, איז ל"ע דיגאנאזירט געווארן מיט יענע מעשה ה"י.

עס איז נישט גענוג טרערן, ניין, עס איז נישטא. א טייערע יונגערמאן... לעכטיג און געזונט... א שפרודעלדיגער לעבן... און מיטאמאל... אלעס איז געקומען צו האסטישער אפשטעל, ווי א דונער אינמיטן העלן טאג. דאקטורים.... דיאגנאסעס.... טריעטמענטס.... צער און פיין.... דאס איז ליידער געווארן זיין נייע 'לעבן'... אויב דאס קען בכלל ווערן אנגערופן 'געלעבט'....

עמאצינאעל ווי פינאנציענאל, איז דער מוטשעניש פון אחינו בשרינו פאר די לעצטע גאנצע צוויי יאר....

איבריג ארויסצוברענגן וויפיל געלט מען דארף האבן אדרוכצושווימען דער תקופה ל"ע אויף קיין שום אידיש קינד געזאגט.

מיר, אלץ חבירים וידידים, האבן נישט געקענט מער שטיין אין זייט ווען אונזער חבר פון אלע יארן וויינט און בעהט זיך צו אונז יאמערליך: "איך וויל לעבן..."

אויב וואס ער וויל איז: לעבן, גייט עס אונז אין לעבן צו ערפילן זיין וואונטש!

מיר נעמען א חלק אין דער הארצרייסענדער "איך וויל לעבן" קאמפיין וואס איז באגלייט מיט די ווארימע הסכמת ובברכת הרבנים הגאוה"צ שליט"א, צו פינאנציארן די מעדיקל קאסטן, און די איבריגע הוצאות אין וואס דאס שלעפט אריין, וועט איר האבן א חלק אין צוריקשטעלן אונזער חבר אויף זיין פוס, און צוריקקערן זיין לעבן זיך ווייטער צו פירן על מי מנוחת, ובזכות זה וועלן מיר זוכה זיין בקרוב צו נחמת ציון וירושלים, אמן.

געבט לעבן!

 



Show More

Donate Now

Call our automated phone system and enter the dryvers extension

phone(929) 207-6662 Ext 32780

115 

Donations

search

MI Zanger

$18

20 days ago

Y perlmutter

$18

20 days ago

YMF

$50

20 days ago

Hershy Weinberger

$101

21 days ago

Comments: וועלעכע הערשי ? - נישט קיין חילוק דער עיקר איז אז מגעט

Yossi Glanzer

$50

22 days ago

Comments: Still waiting

Mayer Unger

$100

22 days ago

Moshe

$36

22 days ago

Comments: הערשי איך געב דיר anyway .......אפילו די ביסט א

Zalmen kaufman

$36

22 days ago

Comments: גיב ציעסען פאר אידען

Anonymous

$18

22 days ago

Comments: Where did you sing the first time?

Pinchus Schwartz

$72

22 days ago

Comments: אביי ורבא…. 🎶

Shragy Schnitzler

$25

22 days ago

Shabbosdig

$250

22 days ago

Chaim G

$18

22 days ago

Comments: Your face makes klal yisroel smile keep up your Simchas hachaim...

Shimon Moskowitz

$18

22 days ago

Comments: ווער קען פארגעסן זאת חנוכה אין קאמינקא?

Yossi Honig

$50

22 days ago

Comments: Music aside, in honor of a dear friend!

Benzion Niederman

$50

22 days ago

Comments: אז מיין מאמעס בעסטע ברודער געט שאטאאט וויל איך זיין א פארט ...ווי איוך עז געווען די עכטטע שדכן

Avrom Hersh Newman

$18

22 days ago

Comments: Keep it up!

Isreal Reisman

$52

22 days ago

Comments: יעצט האב איך געגעבן, פריער ווייסעך נישט ווער ס׳האט געגעסן אין מיין נאמען…

Mordcha Niederman

$36

22 days ago

Comments: Keep up your amazing work!!

C. H. G.

$36

23 days ago

Comments: מיין מאמע האט מיר אויסגעלערנט אז נישט אייביג דארף איך זאגן אדער שרייבן עפעס... עלעך לאזן אנדערע שרייבן 💪❤️❤️

Load More

Original Goal: $80,000

Bonus Goal: $90,000

Total Raised: $89,380

111%

Enter Amount

close
close
Amount
Billing
Payment
1
2
3

Donate Now

© 2021 All Rights Reserved | Privacy Policy

Dryveup.com | Powered by ClickandMarket