Select Donation Amount
$150,000
זכות פעיראל לחודש
$72,000
חבורה גדולה עם כל הבחינות
$50,000
חבורה גדולה
$36,000
בחינות לחבורה גדולה
$25,000
חבורה רגילה
$15,000
בחינות לחבורה רגילה
$12,000
יששכר זבולון לשנה
$6,000
יששכר זבולון לזמן
$3,600
פרנס החודש
$1,800
פרנס השבוע
$500
פרנס היום
$180
שעה תורה
Payment arrow_forward
6 Teams
אשרי עין ראתה - הדרא דלא אפשר למפרט
ווער עס האט אין די לעצטערע חדשים באזוכט אין קרית יואל אינעווייניג אינעם בנין ביהמ"ד הגדול, איז פארגאפט געווארן צו זען דעם הערליכן בילד פון "העכער 600 לומדי תורה" בליעה"ר כ"י, אברכי "כולל סאטמאר קרית יואל" זיצן און הארעווען על התורה ועבודה מיט א זעלטענע יגיעה עצומה און א מסירות נפש!
טראצדעם וואס עס קומט אן זייער שווער צו דעקן די טעגליכע הוצאות החיים, פארט זיצן די לומדי הכולל מן הבוקר עד הערב און זיי לערנען מיט א קאך און א ברען, עס הילעכט אפ א קול תורה בלהבת אש, און די לומדי הכולל זענען מסיים סימן נאך סימן, סוגיא נאך סוגיא על בורים, נאכ'ן עס דורכטון בש"ס ופוסקים מיט א קלארקייט, וואס אויף דעם זאגט זיך ריכטיג הזורעים בדמעה ברינה יקצורו.
יעדע שטיק צייט קומען פאר בחינות אויף די לימודי החודש, לימודי הזמן ולימודי השנה, און די רבנים וואס פארהערן די יונגעלייט דריקן כסדר אויס שטוינונג און וואונדער ווי גוט די לומדי הכולל קענען די סוגיות אדורך און אדורך, לדעת את המעשה אשר יעשון הלכה למעשה מיט א פראקטישקייט מיט מציאות'ער וואס זענען נוגע למעשה אויף א טעגליכן פארנעם, און זיכער אזוי מדי שבת בשבתו.
דאס אלעס איז צו פארדאנקען די געטרייע ראשי הכוללים, ראשי החבורות, שואלים ומשיבים, און פארשטייט זיך פאר די לומדי הכולל וועלכע לייגן אריין גרויסע כוחות ללמוד וללמד לשמור ולעשות.
די שיינקייט פונעם כולל און די קהלה
אריינקומענדיג אינעם היכל הכולל צעגייט דאס הארץ פאר זיסקייט, זעענדיג ווי די 600 לומדי הכולל זיצן און לערנען אפגעזונדערט פון די וועלט, אפגעשיידט פון די רוישיגע נייעס און טעגליכע הו-הא וואס טוט זיך אויף די גאס.
אט די יונגעלייט זענען דער צוקונפט פון די קהלה! זיי זענען די צוקונפטיגע דיינים, זיי זענען די צוקונפטיגע מרביצי תורה, זיי זענען די צוקונפטיגע מלמדים, זיי זענען די צוקנופטיגע בעלי בתים וואס וועלן אויפשטעלן ערליכע אידישע דורות און זענען די וואס זענען מרומם דעם קרן הקהלה, אזוי ווי הגה"צ דער רב שליט"א האט זיך לעצטנס אויסגעדרוקט: אבער דא רעדט זיך פון אונזערע קינדער, דא רעדט זיך פון די נשמה, די נשמה פון די קהילה, די גאנצע מצב הרוחני פון די קהילה איז תלוי אין כולל, אז די כולל איז שטארק איז אלעס שטארק, איז אלעס דא!
את לחץ זו הדחק – דער ענגער מצב בגשמיות
ליידער האט זיך דער מצב הגשמי שטארק פארפלאנטערט אין לויף פון די לעצטע יאר צייט, ווען פילע נדיבים בעם זענען זייער אנגעשטרענגט פינאנציעל און אדאנק דעם איז נישט מעגליך צו דעקן דעם חודש'ליכן בודזשעט, און אלס רעזולטאט האט די הנהלת הכולל ליידער נישט געהאט די מעגליכקייט צו צאלן פאר די לומדי הכולל צייטליך זייער חודש'ליכער תמיכה, אנדערש ווי אין די לעצטע 57 חדשים וואס די געהאלט ווערט געצאלט אין צייט מיט א פונקטליכקייט.
דער בודזשעט פונעם כולל איז הערליך געזונט אוועקגעשטעלט, אבער דער פינאנציעלער מצב אין די גאס, טוט פארשווערן און חלילה אפשטעלן דעם הערליכן בלי און וואוקס פונעם כולל בכמות ובאיכות, א מציאות וואס כלל ישראל וועט חלילה נישט לאזן פאסירן, על אף די שווערע מצב אין די גאס.
על אף - מיר פארזיכערן דעם הרמת קרן התורה
אצינד בעטן מיר בכל לשון של בקשה פון שלומי אמוני ישראל אנטייל צו נעמען אין דעם יעצטיגן "על אף" קאמפיין, צו העלפן אנהאלטן דעם הייליגן תורה פעסטונג אויף שטארקע יסודות אין דער צוקונפט, דערביי וועט איר האבן א שותפות אין די טויזנטער שעות תורה מיט די העכער 600 לומדי תורה.
געדענקט, דער צוקונפט פונעם כולל ליגט אין אייערע הענט. על אף דעם שווערן מצב, מיר פארזיכערן איר עקזיסטענץ!!!
Show More
Cong Kolel Satmar Of KJ
Tax ID: 81-4063654
Mailing address: (Checks)
7 Garfield Rd #311 Monroe NY 10950
Cong Kolel Satmar Of KJ
CAMPAIGN GOAL
$2,000,000
96% RAISED
$0
The numbers on the site update periodically
Donate Now
568
Dryvers
Load More
Campaign Sponsor
© 2026 All Rights Reserved | Privacy Policy
Dryveup.com | Powered by ClickandMarket