Original Goal: $800,000
Bonus Goal: $1,000,000
Total Raised: $1,018,375
127%
Donate Now
Original Goal: $800,000
Bonus Goal: $1,000,000
Total Raised: $1,018,375
127%
4 Dryvers
“What else can I do to help you today? “
This is something many people are trained to ask. However, for Moshe Dovid Kish ז"ל, this was the life he lived. He was never satisfied with the amount of Chesed he’d already done. He was always seeking new opportunities to help.
He started out as a young man in Kollel by joining the Chevra Kadisha, followed by saving lives in Hatzolah, training to become a Paramedic, topping it off by selflessly dedicating his life to teens at risk, then finally becoming a social worker to further increase his assistance to these broken souls.
Tragically, in 2010 lightning struck the Kish family when their father was diagnosed with an advanced brain tumor, the devastating Glioblastoma Stage 4.
But Moshe Dovid ז"ל never relented from doing Chesed!
He continued responding to Hatzolah calls, even covering night shifts while undergoing debilitating cancer treatment. His love for his fellow Jew overpowered his personal pain and suffering.
Beating all odds, outliving every prognosis and channeling his immense resources of bitachon he passionately battled this disease for more than ten years!
Yet tragically, after ten agonizing years, he succumbed to his illness, leaving behind a devastated widow, eight shattered children, four of whom are still unmarried, and hundreds of heartbroken friends and acquaintances.
This tragedy has left the family financially debilitated, with mountains of debt from the enormous medical expenses, zero income, and no means to marry off the remaining children at home.
Dear brothers and sisters!
Let’s think for a moment about the thousands of lives Moshe Dovid ז"ל impacted in his lifetime!
Let’s think about the countless people alive today thanks to his selfless response!
Let’s think about the numerous teens at risk who went on to build beautiful Jewish home as a result of his extraordinary intervention!
Now that his family is in dire financial straits can we just turn our backs on them?
The onus is on us to ease this tremendous burden on the shoulders of his heartbroken widow. We must help them establish a solid financial base to help them cope with their tragic loss.
Please find the “DONATE NOW” button on this page, and let’s show the family that Klal Yisroel will never forget their father’s impressive Chesed, by donating generously to their orphan’s fund.
In the Z’chus of bringing joy to Hashem’s children, Hashem will surely fulfill his promise by bringing joy to you and your family. Amen.
"מיט וואס נאך קען איך העלפן?"
דער שאלה לערנט מען אויס פאר זייער אסאך געשעפטסלייט צו פרעגן. אבער ביי ר' משה דוד קיש ז"ל איז דאס געווען דער לעבן וואס ער האט געלעבט! ער איז קיינמאל נישט געווען צופרידן מיט די חסד וואס ער האט שוין געטוהן, ער האט אלס געזוכט מיט וואס נאך ער קען ארויסהעלפן א צווייטע איד.
אנגעהויבן אלס כולל אינגערמאן, האט ער זיך אנגעשלאסן אין די חברה קדישא צו קענען נעמען א חלק אין די חסד שעושין אם המתים, א שטיק צייט דערויף איז ער אריין אין חברה הצלה צו קענען ראטעווען אידישע קינדער, אפאר יאר דערויף האט איז ער געווארן א פאראמעדיק, צו קענען נאכמער ארויסהעלפן.
דאס אלעס איז נישט געווען גענוג פאר ר' משה דוד ז"ל, האט ער זיך אנגעהויבן מטפל זיין מיט פארווייטאגטע נשמות – בחורים וועלכע האבן ליידער געגליטשט. און צו קענען נאך מער אויפטוהן, האט ער זיך געלערנט צו ווערן א סאושעל וואורקער. העלפן א אידיש קינד איז אים געגאנגען בנפשו!
ליידער אין תש"ס האט א טראגעדיע באפאלן משפחת קיש. זייער באליבטער טאטע איז דיאגנאזירט געווארן מיט א שרעקליכן פאטאלער געוואוקס אין מח, אזאנס וואס כל באיה לא ישובון!
אבער דאס האט נאך אלס נישט צוריק געהאלטן פון ר' משה דוד פון ממשיך זיין זיינע גאלדענע מעשי חסד!
צווישן זיינע ביטערע טריטמענטס איז ער ווייטער געלאפן אויף הצלה קאלס, און אפילו גענומען גאנצע נאכט-שיפטס. ווייל זיין ליבשאפט צו אידיש קינד איז געווען שטערקער ווי סיי וועלכע פיזישע צער און יסורים.
דאקטורים האבן געזאגט, אז ער וועט קענען לעבן מערסטנס א יאר ביז 18 חדשים. אבער מיט זיין אויסטערלישע בטחון, האט ער צובראכן אלע רעקארדס, און האט זיך געראנגלט מיט מלאך המוות פאר איבער צעהן יאר!
אבער יעצט, צעהן יאר שפעטער, נצחו העליונים. א הארצרייסעניש! ר' משה דוד האט גע'ענפערט זיין לעצטן רוף פון אויבן "ויאמר ה' אל משה עלה עלי", ר' משה דוד האט אלס געוואוסט, ווען מען רופט לויפט מען.
אבער דא האט ער ליידער איבערגעלאזט א צושאסענע אלמנה, מיט 8 פארקלעמטע קינדער, וואס פיר פון זיי האט ער ליידער נישט זוכה געווען צו פירן אונטער די חופה, און הונדערטער צובראכענע חברים וידידים.
דער טראגעדיע האט איבערגעלאזט דעם משפחה אויסגעטריקנט אינגאנצן, נישטא קיין שום הכנסה, נישטא מיט וואס חתונה צו מאכן די איבעריגע קינדער, נישטא מיט וואס איבערצוקומען דעם טאג, אבער ס'איז יא געבליבן בערג פון שווערע חובות וואס האבן זיך אנגעזאמלט במשך די ביטערע יארן.
טייערע אידישע ברודער!
לאמיר טראכטן א רגע פון די טויזענטער לעבנס וואס ר' משה דוד ז"ל האט געראטעוועט בחיים חיותו!
לאמיר טראכטן א רגע פון די אומצאליגע מענטשן האבן זייער לעבן צו פארדאנקען פאר ר' משה דוד ז"ל!
לאמיר טראכטן פאר א רגע פון די אלע בחורים וועלכע האבן זוכה געווען אויפצושטעלן א אידישע שטוב אדאנק דעם אינטערווענס פון ר' משה דוד ז"ל!
יעצט ווען זיי אייגענע משפחה איז צושאסן אויף שברי שברים, קענען מיר זיי דען איגנארירן?
עס ליגט אויף אונז א חוב קדוש אראפ צו נעמען דעם שווערן לאסט פון די פלייצעס פון די צובראכענע אלמנה, מיר מוזן אויפשטעלן א פעסטע קרן יתומים וואס וועט זיי העלפן בייקומען דעם אויסטערלישן פארלוסט!
טראכט נישט קיין צוויי, נאר געבט שוין יעצט א קליק אויפן DONATE NOW קנעפל, און לאזט איבער א ברייטהארציגע נדבה, וואס מיט דעם וועט איר ווייזן פאר די פאר'צער'טע משפחה אז כלל ישראל פארגעסט נישט פון די געוואלדיגע חסדים פון זייער טאטן ז"ל.
און בזכות זה זאלט איר זוכה זיין צום "אם אתה משמח את שלי, אני משמח את שלך" און איר זאלט זעהן נאר שמחה ונחת מתוך ברכה והצלחה. אמן.
Show More
Donate Now
348
Donations
Moshe Friedman
$100
3 years ago
With Motty Moskowitz
Comments: Hatzlacha Rabbah Motty. You should be gebenched!
Royal Wine / Kedem Corporation
$500
3 years ago
With Shragy Lezer
Comments: ברכה והצלחה בכל מעשי ידיכם
Load More
Original Goal: $800,000
Bonus Goal: $1,000,000
Total Raised: $1,018,375
127%
© 2023 All Rights Reserved | Privacy Policy
Dryveup.com | Powered by ClickandMarket
Comments: MOTTY you are the best person in the whole WORLD! keep doing great things