Donate Now

CAMPAIGN GOAL

$1,500,000

0% RAISED

$0

Donate Now


ב"ה

די הייליגע צדקה קאסע 'קופת עזרה', דינט שוין די לעצטע 50 יאר אלץ דער שטאטישער צדקה קאסע אין מאנסי, שיכון סקווירא והגלילות. א צענטראלע קופה צו דערהערן דאס וויי-געשריי פון אלע עניי העיר, מיט פילע אקטיוויטעטן, אריינגערעכנט חודש'ליכע תמיכות, געז און עלעקטריק פאנד, עזר נישואין, הילף פאר גראסערי, און נאך פילע פארצווייגטע פעולות, צו דערלייכטערן פאר די ארעמע משפחות אין שטאט. צווישן אלע הילף וואס קופת עזרה שטעלט צו שיינט שטארק ארויס די בארימע "קמחא דפסחא חלוקה", ווי מ'העלפט ארויס אלע עניי העיר זאלן קענען אריינברענגען יום טוב מיט א פרייליכקייט.

פארגאנגענע יאר האבן תושבי עירנו ב"ה מצליח געווען אהערצושטעלן די אסטראנאמישע סומע פון $1,200,000, אריינצוברענגען א ליכטיגקייט פאר עניי עירנו. היי-יאר צוליב די שווערע מצב פון די קאראונע וויירוס, האבן ליידער פילע אידן פארלוירן זייערע פרנסות, און קוקן ארויס אויף די תמיכה פון קופת עזרה, דערפאר זענען מיר געצווינגען צו פארגרעסערן די תמיכות, און מען האט געהעכערט די קמחא דפסחא בודזשעט, צו אזויפיל ווי $1,500,000, וואס מען קוקט ארויס אויף די תמיכה פון אחינו בני ישראל דאס צו קענען אהערשטעלן.

אין די יעצטיגע טעג בוזשעוועט ליידער די קאראונע וויירוס אין די גאסן, און די בתי מדרשים זענען מער ווייניגער פארשפארט, און עס איז נישט מעגליך דורכצופירן די יערליכע 'קמחא דפסחא אפיעלס' אין די בתי מדרשים. פארט איז קופת עזרה ארויסגעקומען מיט א פעלזן-פעסטע אפמאך אז מ'וועט זיכער מאכן אז די עניים זאלן ח"ו נישט ליידן פון די וויירוס, און די קמחא דפסחא זאל אנגיין ווייטער מיט א שטערקערע פארנעם.

דערפאר קוקן מיר ארויס אז אלע תושבי עירנו וועלן זיך אנרופן מיט סכומים אדירים ארויסצוהעלפן די שטאטישע קמחא דפסחא חלוקה, וואס העלפט ארויס ארום 10% פון תושבי עירנו, צווישן זיי אייערע אייגענע שכנים, גוטע פריינד און נאנטע משפחה.

ברכות לרוב במלוא חפנים אלע תומכים ומסייעים וועלן זיכער געהאלפן ווערן מיט שפע ברכה והצלחה אין אלע עניינים, הויפנס אידיש נחת פון בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, אורך ימים בימינה ובשמאלה עושר וכבוד, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו ושם נאכל מן הזבחים ומן הפסחים.


Show More

CAMPAIGN GOAL

$1,500,000

0% RAISED

$0

Donate Now

Recent Donations (0 Total)

No Donations Yet

View All 0 Donations

Enter Amount

close

Donate Now

© 2020 All Rights Reserved | Privacy Policy

Dryveup.com | Powered by ClickandMarket