קופת עזרה - דער שטאטישע צדקה קאסע. מען דארף נישט צופיל מסביר וואס דאס מיינט 'קופת עזרה'. דאס דינט אלס דער 'קופת עניי עיר מאנסי - והגלילות, וואו מען העלפט ארויס די תושבי העיר מיט וואס עס פעלט זיך נאר אויס, אריינגערעכנט פילע אפטיילונגען, צווישן זיי חודש'ליכע טשעקס, תמיכות פאר ימים טובים, הילף ווען מען האקט אפ געז און עלעקטעריק, און נאך פילע פעולות ארויסצוהעלפן עניי העיר.
פרנסינו. צווישן די פילע אקטיוויטעטן פון קופת עזרה שיינט ארויס 'מפעל פרנסינו' וואס איז ספעציעל געאייגנט ארויסצוהעלפן היימישע יונגעלייט צו קענען טרעפן פאסיגע פרנסה פאסטנס. 'פרנסינו' שטאב לייגט זיך פערזענליך אריין בלב ונפש אין יעדן איינציגן ווענדונג. מען טרעפט זיך פערזענליך מיטן יונגערמאן, און מען לייגט זיך אריין צוצופאסן א פאסיגע ארבעט לפי תכונת נפשו, וואו ער וועט זייער שטארק מצליח זיין.
'פרנסינו' וועט באגלייטן יעדן לאורך כל הדרך, צום ערשט ביים אויפנעמען די ארבייטער, העלפן מסדר זיין אלע תנאים וכדו', און דערנאך במשך די ערשטע תקופה וועט מען זיין אין קאנטאקט סיי מיטן בעה"ב, און סיי מיטן ארבייטער, זיכער צו מאכן אז אלעס פארט על מי מנוחות, און מען איז אלעס מסדר על צד היותר טוב.
'פרנסינו' טוט אויך פילע אקטיוויטעטן ארויס צו העלפן עקזיסטירנדע ארבעטער וואס זיצן שוין פאזיצעס נאר עס האט זיך געמאכט געוויסע שוועריקייטן. די פרנסינו שטאב קומט אריין מיט זייער מומחיות און זענען מסדר די ענינים צו די צפרינדהייט פון די בעה"ב און די ארבערטערס.
בסייעתא דשמיא האט מען שוין אין די קורצע תקופה פון די עקזיסטענץ פון 'פרנסינו' אהערגשטעלט די ריזיגע ציפער פון איבער 400 ארבעט שטעלעס. אדאנק די געוואלדיגע געטריישאפט פון פרנסינו האבן מיר ב"ה די פולסטע טראסט ביי די בעה"ב, און זיי זוכן ווייטער צו האנדלען מיט אונז, און זיכער מיט ארבייטער פון פרנסינו.
אין די יעצטיגע טעג ווען עס קומט פאר די דרינגנדע 'צדקתך קאמפיין', טוען מיר בעטן כלל ישראל צו נעמען א חלק אין די קאסטבארע 'פרנסינו פראיעקט', וואס דאס איז די גרעסטע מדריגה פון צדקה צו העלפן אוועקשטעלן אידן אויף די אייגענע פיס, און מען זאל נישט דארפן צוקומען צו קיין מענטשן. ובפרטיות איז דאס א סגולה פאר ביזנעס אייגנטומער צו זיין מסודר מיט גוטע ארבעטער על צד היותר טוב.
והריקותי לכם ברכה. עס איז זיכער אז אלע תומכים ומסייעים וועלן זוכה זיין צו שפע ברכה והצלחה, הויפענעס אידיש נחת פון בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, בני חיי ומזוני רויחי וסייעתא דשמיא, אורך ימים בימינה ובשמאלה עושר וכבוד, אמן.
Comments: For my Beloved uncle!