Donate Now

7 Teams

Load More

בס"ד


The yeshiva where

Every student is a success!

Because every bucher is a world!


In today's generation there is no shortage of yeshivahs. Yes! We have Metzionim yeshivas and Beininim yeshivas. We have kehillah yeshivas and yeshivas for mevakshim. However, do we have a yeshivah where every single boy is attended to and personally guided by their Rebeeim and Roshei Yeshivei. Are there many yeshivas where each boy is treated like the diamonds they really are? Do we guard them zealously like the upcoming gedolei hatorah they are destined to be?


Yeshivas Cheshkas HaTorah is A yeshiva with an almost 100% success rate in allowing each student to reach their maximum potential! Here no efforts are spared, no stone is left unturned, so that every single boy becomes the best version of themselves.


Yeshivas Cheshkas HaTorah has done the unbelievable! They have with much great effort and never-ending patience allowed every single student to grow to levels first thought as unattainable. The overwhelming compassion and steadfast commitment for every single individual, has amazed everyone with its success.


Yeshivas Cheshkas HaTorah, stands out with its established and highly professional staff members. Every single one of them are the top of their respective field of education. Each student benefits tremendously of their vast knowledge and depth of understanding of each nefesh.


A building will only be as sturdy and steadfast as the architectural plans and supplies it has been erected with, a child's soul is an exact replicate of what his foundation is made up of. The building of future generations is what takes place on a daily basis in Yeshivas Cheshkas HaTorah.


The yeshivah, which is under the supervision of many Gedolei Yisroel of our generation, including the Kuseve Rebbi Shlit”a, has been wandering from place to place, without a proper building which can substantially provide for the success of its students. It has come to a point where it has become crucial to finally settle in a location where all needs will be provided without the enormous number of inconveniences, so that the students will be able to reach their maximum capabilities. A stable building will provide the peace of mind so desperately needed, so that these chusheve bucherim can learn and daven to hashem undisturbed.


We have reached a point where we must take the plunge and dive right in. We were advised by our Gedolim shlit"a to buy a stable building for the yeshiva once and for all!


Dear brother, this yeshiva is "our yeshiva", it is our responsibility to make sure that there is such a yeshiva for Klal Yisrael, a yeshiva that has one pure goal; to provide for the generations to come, a strong torah foundation.



בס"ד

וַיְגַדְּלֵהוּ לְמָעְלָה

דער ישיבה ווי

יעדע תלמיד איז מצליח!

ווייל יעדער בחור איז ווי א בן יחיד!

עס איז נישט קיין סוד אז אינעם היינטיגן דור ווי מיר שטייען פעהלט ב"ה נישט קיין ישיבות. אידישקייט בליעט בתפארתה, אידישע געגענטער שפראצן ארויס אויפן האריזאנט חדשים לבקרים, אינעאיינעם מיט תלמוד תורה'ס, מקוואות, און אלעס וואס פעהלט זיך אויס פאר אידישקייט.

און יא, אוודאי אויך ישיבות קדושות פאר די טייערסטע וואס כלל ישראל פארמאגט: די הייליגע בחורים פונעם עם הנבחר, וואס אויף זיי שטייט די וועלט!

אבער די ברענעדיגע פראגע וואס יעדער פרעגט איז: צו איז עס דען גענוג נאכצוקומען דער פארלאנג וואס עס איז דא?

בכלליות איז דער תירוץ אז 'יא', ס'טאקע דא אסאך ישיבות, אבער ווייניג ווי מען געבט זיך פאקטיש אפ מיט יעדן תלמיד באזונדער ווי א דיימאנט שטיין. א ישיבה ווי יעדער תלמיד איז דאס שווארץ אפעל פונעם אויג. א ישיבה וואס האט א מאסיווער סוקסעס ראטע אינעם היינטיגן עולם הישיבות מיט די הצלחות און דערגרייכונגען וואס יעדע תלמיד באזונדער קומט אן דערצו.

"ישיבת חשקת התורה" איז דער פלאץ וואס האט מצליח געווען אויפצוהייבן אירע תלמידים צו שטאפלען וואס איז געווען שווער צו גלייבן. די געטרייע הנהלה האט אבער מיט די איבערמידליכע כוחות הנפש וואס ווערט אריינגעלייגט אין יעדן בחור באזונדער, מצליח געווען דאס צו באווייזן אויף א וואונדערליכן פארנעם וואס ערשטוינט יעדער וואס קוקט דאס צו.

דער הויפט אייגענארטיגקייט און הצלחה פון "ישיבת חשקת התורה", איז אן קיין צווייפל די איינגעשטעלטע סטעף פון די "מרביצי תורה און מומחים" וואס יעדער איינס פון זיי איז א ריז אין דער תחום פון חינוך, און יעדע תלמיד ווערט אויסגעשלייפט מיט ספעציעלע חכמה און פארשטאנד ארויסצוגלאנצן פון אים זיין שטערקסטע הצלחה און דערגרייכונג.

א שטארקע און פעסטע בנין קען זיך נאר בויען מיט די ריכטיגע אינדזשענירן און בוי-מייסטערן, דאס געבוי פון א קינד'ס נפש איז גענוי אזוי, און דאס איז וואס שפילט זיך אפ אויף א טעגליכן פארנעם אין ישיבת חשקת התורה.

דער ישיבה וואס ווערט געפירט אונטער די דעת תורה פון די חשוב'ע גדולי האדמורי"ם והרבנים שליט"א, ובתוכם כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, וועלכע האבן צוגעזעהן די שווערע מצב, און דעם ערשטמאליגן לעזונג דערצו, און טוען כסדר שטארק מעודד און מחזק זיין די עומדים בראש הישיבה, און אזוי אויך די אלע תומכים ומסייעים.

אין די לעצטערע יארן האט די ישיבה כסדר געוואנדערט פון איין פלאץ צום צווייטן פאר די הצלחה פון די תלמידים, צו קענען זיין אויף א מקום ווי מען וועט אלעס קענען צושטעלן מיט די גרעסטע מאס באקוועמליכקייט אז די תלמידים זאלן קענען שטייגן און וואקסן לשם ולתפארת.

אצינד איז מען געקומען צו א מצב וואס מען איז אויסגעוואקסן דעם אלטן פלאץ, און בהתייעצת הרבנים הגאונים שליט"א, שפרינגט דער הנהלת הישיבה אריין אפצוקויפן א בנין פאר די ישיבה איינמאל פאר אלעמאל!

טייערע ברודער, די ישיבה איז "כלל ישראל'ס ישיבה", עס איז אונזער אלעמענס אחריות צו מאכן זיכער אז ס'דא אזא ישיבה ביי כלל ישראל, א ישיבה וואס האט איין קלארע און ריינע ציל: אוועקצושטעלן די טאטעס פונעם קומענדיגן דור. אוועקצושטעלן ערליכע בעלי בתים און מרביצי תורה בעז"ה לשם ולתפארת


הֹלֵךְ וְגָדֵל עַד לְמָעְלָה


 


Show More

Original Goal Has Been Met!

Help us meet our Bonus round!

ORIGINAL GOAL

$300,000

BONUS GOAL

$400,000

122% RAISED

$0

Donate Now

2,571 

Donations

search

Anonymous

$100

2 months ago

יעקב יצחק בידערמאן

$29

2 months ago

Shmiel Moshel

$20

2 months ago

איך שעם מיר… אבער דעיס איז וואס איך קען יעצט געבן

$50

2 months ago

Comments: דוד!!! דיין שכר אויף יענע וועלט איז אומשאצבאר! די טיסט דאך אזוי סאך פאר די ישיבה און בחורים

הרב מענדל קעמפלער

$360

2 months ago

Sarah Mendelsohn

$100

2 months ago

Comments: Dear Rivky, we are wishing you all the hatzlacha with your son and may we share many simchas. Thank you for everything, Sarah Mendelsohn (and my daughter Moussia)

Anonymous

$18

2 months ago

Phone Donation

$36

2 months ago

Kalman Rothstein

$18

2 months ago

Nika

$36

2 months ago

Moshe Leib Waldman

$36

2 months ago

Comments: Chazak LeMechanech Mimche

M kahn

$50

2 months ago

Phone Donation

$54

2 months ago

Anonymous

$36

2 months ago

Phone Donation

$10

2 months ago

Phone Donation

$80

2 months ago

Load More

Call our automated phone system

phone929-416-2677

Corporate Sponsor

keyboard_arrow_left
keyboard_arrow_right

Enter Amount

close
Amount
Billing
Payment
1
2
3

Donate Now

© 2022 All Rights Reserved | Privacy Policy

Dryveup.com | Powered by ClickandMarket